תימנ'ער גנב געכאפט אין בני ברק
מוצאי שבת דריי אזייגער (ארץ ישראל צייט) איז איינער פון די סאטמארער קהילה וואס האט פונקט געהענדיגט זיין ארבעט אריבער נעבן די בנין הישיבה אין שיכון קרית יואל, מערקט ער אז איינער לויפט אוועק זיך באהאלטן.
ער איז גלייך געלאפן זעהן מי זה ואיזהו, כאפט ער דער נעבעכ'דיגער אומלעס חיים מרדכי יוזשעף (פייג) פון די פינף ראשי הקהילה פון איבער די פינף זאלי'ס אין בני ברק, וועלכער האט זיך זייעהר דערשראקן און אומפרעגנדיג האט ער קוים ארויסגעצאפלט פון מויל, נישט איך נאר דוד מאיר טאלער...
דער איד האט נאכנישט פארשטאנען וואס ער ציטערט אזוי און אויף וואספארא עוולה דער יוזשעף פארענטפערט זיך, און וואס לייגט ער אן אויף טאלער??? אבער ארויסגייענדיג דערזעהט ער די בענקל פון הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט שליט"א ווי עס ליגט אינדערויסן פון בנין הישיבה גרייט צו אפגעליפערט ווערן, און דורך וועמען? הערט און שטוינט: ער זעהט נישט קיין צווייטער ווי דער הרבני הנגיד ריכא בר ריכא דוד מ. טאלער דער הויפט ראש הזאלי'ס-ב"ב און באגלייבטער שליח פון בן פראדל, שטייט גרייט מיט זיין קאר מיט אפענע טירן צו אפנעמען דאס בענקל פונעם ראש הישיבה, און ליידער מיט זיין שלומזאלישקייט נעמט ער אויף דעם יוזשעף אליין אן די בענקל....... און פארט שנעל אוועק מיטן קאר...
דער איד האט זיך נישט געגלייבט וואס ער זעהט מיט זיינע אויגן, דער בן תימן וואס וויל זיין א איש מכובד און שיינער איד ביי די בני אשכנז, האט נישט בעסער וואס צו טהון דריי אזייגער פארטאג'ס נאר צו פארן גנב'ענען די בענקל פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר-אלעד און ראש הישיבה שליט"א, נעבעך נעבעך צו וואס שנאה און קנאה ברענגט צו, א דרייסיג יעריגער טאטע פון קינדער לאזט זיך ארויס פון שטוב אינמיטן די נאכט צוגיין אוועקכאפן א בענקל, זאגט איהר אליין איז דאס נישט נוסח תימן???
די בני הקהילה האבן געהערט צופרי די מעשה נורא, און האבן זיך נישט געגלייבט וואס זיי הערן, מיילא דער ח.מ. יוזשעף א פלענער רחמנות, ער האט דאך שוין א רעקארד פון מזיק זיין די נכסי הישיבה פון לאנג, צוליב דעם וואס די הנהלת הישיבה האט איהם געאסערט און איהם געווארנט אויפצוהערן צו שלאפן בין כותלי הישיבה. (נישט דא איז די פלאץ צו ארויסשרייבן פארוואס נעבעך ער פלעגט אפט קומען זיך לייגן שלאפן אין ישיבה..) דעריבער טאקע האט ער שוין עטליכע מאל צוגעכאפט און צובראכן נכסים פון די ישיבה.
לעצטנ'ס נאך וואס די זאלי'ס האבן איהם אויפגעהערט צו ארומשיקן נאך געלט פאר זייער כולל, (ווייל ער ברוב חכמתו פלעגט זיך ארויסכאפן די אמת'ע צאל פון די תלמידי הכולל, און פונקטליך וויפל פון זיי גייען נישט צו די געאסר'טע בחירות) האבן זיי איהם געגעבן א נייעם זשאב, נעמליך אויסצונוצן זיינע שלאפלאזע נעכט צוגיין גנב'ענען און מזיק די נכסי הקהילה, ווי אראפרייסן מודעות, צורייסן די בענקל פונעם ראש ישיבת מהרי"ט, אויפוועקן מענטשן מיט פאני-קאלס וכדומה. אבער דא האט זיך ארויסגעשטעלט א נייער שטוינענדיגער בילד אז אונטער דעם רחמנות שטייט א אנדערער רחמנות דער טאלער בן תימן וועלכער איז תופס אומנות "אבותיו" בידיו און נוצט אויס די נעכט אויף גניבות ונזקים, דאס איז החוטא ומחטיא את הרבים צוליב זיין תאוות הנקמה רייט ער אויף א אינגערמאן א רחמנות ער זאל איהם צוהעלפן מיט די שווארצע ארבעט, דאס איז דאך ממש לפני עור לא תתן מכשול, וויפל האט ער איהם שוין געקענט באצאלן פאר אזא שלומזלישע ארבעט ווען ער האט איהם נאך אויך אריינגעלייגט אין פעקל און אויפגעדעקט זיין אמת'דיגן "שווארצן פנים", אויף דעם שטיט סוף גנב לתליה.
אצינד ווערט שוין קלאר אין ב"ב פארוואס די ביידע גנבים טאלער-יוזשעף זעהט מען קיינעמאל נישט פאר די אויגן פאר צוויי אזייגער מיטאג "אז מ'שלאפט נישט ביינאכט שלאפט מען בייטאג".
 |
|
|