| נשלח ב-27/3/2006 05:34 |
|
| |
ספרים
געאייגנט ארומצושמועסן איבער אלטע און נייע ספרים.
עס איז אינטערסאנט צו הערן די מיינונג פונעם עולם פון וועלכע ספר מען האט די מערסטע הנאה.
אני כשלעצמי וואס איך קוק אין גענוג אין נאך ספרים, בין איך די מערסטע נתפעל געווארן פון א
ספר וואס איר וועט נישט גלייבן אז מען קען עכט נתפעל ווערן דערפון, אבער פאקט איז אזוי.
מיין רעדע איז איבערן ספר שלחן ערוך הרב בעל התניא די נייע איבערגעדרוקטע מיט די הגהות אינטן
הוצאת קה"ת. איך לייג דאס די העכסטע אויפן ליניע העכער אלע היינטיגע ספרים וואס איך באלעק זיך
מיט זיי. דער ספר איז ביי מיר מתוק מדבש און איך קען זיך נישט געזעגענען דערפון.
פאר דעם ספר איז ארויסגעקומען האב איך נישט געהאט קיין אהנונג וואס די אויפטוה פונעם שולחן
ערוך הרב איז, און אפילו יעצט ווען איך לערן אין די אלטע איז עס אויך אזוי. פאר דעם ספר איז
ארויסגעקומען האב איך נישט געוואוסט וויפיל עס ליגט באהאלטן אין יעדן ווארט פון א ראשון. כאטש
מיין רבי האט אריינגעפרעגלט 101 מאל אז יעדעס ווארט פון רש"י איז א תורה שלימה האט דאס מיר
אויסגעקוקט מער ווי א רוחניותדיגער בחינה.
ווי מער איך לערן דערין ווער איך מער און מער נשתומם ווי א חסידישער רבי וואס זיינע אנדערע
ספרים זענען פיל מיטן הייליגן ברען פון העכערע און טיפערע ענינים, האט געהאט אזא ברייטן ידיעה
אין כל התורה כולה! (און כידוע וויאזוי דער תניא איז צושטאנד געקומען נאכן פערזענליכן בקשה
פון רבי ר' בער זצ"ל) און נאכאמאל, אין די אלטע תניא זעה איך עס נישט!
איך וועל עס קיינמאל נישט קענען ערקלערן, אדרבה לערנט דורך א סעיף שולחן ערוך און נאכדעם גייט
צום נייעם תניא און באטראכט יעדע הערה אינטן, ווי יעדע קלייניגקייט איז גע'קאווערט' מיט א
פעסטן מקור וואס ווען איר האט געלערנט די סוגיא זענט איר אריבערגעפלויגן די רש"י וועלנדיג
פארשטיין טיפערס ווי דעם. מען קען שפרינגען פאר מתיקות!
ווער עס האט דאס נישט טועם געווען וועט מיר נישט פארשטיין, און ווער יא איז יעדעס ווארט איבריג.
איך קען שרייבן נאך אבזערוואציעס אויף פארשידענע איבערגעדרוקטע ספרים, אבער ביזדערווייל איז
דאס ביי מיר די העכסטע אויפן ליסטע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 05:43 |
|
| |
ענליך צו דעם קען געזאגט ווערן אויפן ביאור הגר"א כידוע (עס איז דא א פירוש דמשק אליעזר דערויף, קען זיין היינט איז שוין דא נאך ספרים דערויף, אבער די קורץ און שארפקייט פונעם גר"א איז אין לשער!).
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 17:40 |
|
| |
שמירת שבת כהלכתה באידיש
עס האט הסכמות פון די מחבר אין לשה"ק, פון רבי פישל הערשקאוויטש שליט"א, און נאך איינעם (איך
געדענק נישט).
דער מחבר אין לשה"ק שרייבט אבער זייער אפען אין זיין הסכמה אז ער גייט איבערדרוקען דעם ספר
מיט פילע דינים וואס ער האט צוריקגעצויגן.
דער ספר שמירת שבת כהלכתה האט א מוראדיגע מעלה אז יעדע קלייניגקייט וואס מאכט זיך שבת געבט
מען א בליק אינעם מפתח צום סוף פונעם ספר וואס דארט ווערט אויסגערעכנט אלע היינטיגע
פארגעשריטענע געצייג וכדו', און מען זעט באלד די הלכה.
די פראבלעם ביז יעצט איז געווען אז די אלע היינטיגע ווערטער זענען געווען געדריקט אין עברית.
ממילא האט מען אפילו נישט געוואוסט וואו צו זוכן. יעצט ווען עס איז איבערגעדרוקט געווארן אין
אידיש פארמאגט דאס א מוראדיגע מעלה פאר אונז, איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז אזויפיל
אקאטועלע זאכן ווערן דארט נתברר ביז איך האב געזען די אידישע. (מיין עקרת הבית מוטשעט זיך
שוין ארום א יאר מיט עפעס א שאלה פון געבן סיריעל פאר קינדער, גלייך ווען איך האב
אהיימגעברענגט דעם ספר איז די זאך נתברר געווארן....)
די הערות אינטן זענען נאך אלץ לשה"ק.
אין קאנטראסט צו דעם ספר פון הרב יואל צבי מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ טאהש אויף הלכות שבת איז
דער ספר שמירת שבת כהלכתה נישט געאייגנט פארצולערנען ביים שבת טיש, און נישט צו לערנען גאנצע
שטיקער דערין. עס איז בלויז ווען מען דארף וויסן א ספעציפישע זאך.
ער האט אויך אויסגעלאזט די דיני חולה וואס ווערן נתבאר אין די לעצטע סימנים פון די לשה"ק ווערסיע.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 19:01 |
|
| |
אט דער ספר - שמירת שבת כהלכתה באידיש - האט שוין זוכה געווען צו א פלאקאט דערקעגן, איך האב געזען דעם שבת ערגעץ א קול קורא אז מענטשן זאלן אכט געבן נישט פסק'ן פון דעם ספר, ווייל עס איז געבויט אויף פסקים פון מורי הוראות מיט וועמען מען רעכנט זיך נישט אין אונזערע קרייזן.
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 19:48 |
|
| |
דער פורום בליהט ב"ה הערליך, טראץ די טעג פון פאר פסח, יישר כח פאר די מנהלים.
ולשבחם יאמר, מען קען דא נישט אריינלייגן קיין תגובה "סתם אבי גערעדט" ווייל דא זיצן תלמידי חכמים ואנשי שם, מ'דארף אלעס געהעריג ארויסרעדן און אנצייכענען דעם מראה מקום, און דאס איז גורם אז אין דעם פורום ליין איך מער ווי מען שרייבט, אבער דאס הארץ קוועלט פון דברי תורה, אפילו אינמיטן די ארבעט.
**
ספרים
דער טויש וואס איז געווארן אין די לעצטערע יארן, מיטן הילף פונעם גרעסטן תלמיד חכם אן א קאפ בדורינו - דער קאמפיוטער - האט געברענגט א וועלט פון צימישעניש בנוגע אויף "וואס" א תלמיד חכם באשטייט.
איין מהלך איז: לערנען און קנאקן גמרא רש"י תוס', א דף נאך א דף, דאס זעלבע מיטן שו"ע. צווייטער מהלך, ידיעות ידיעות און נאכאמאל ידיעות. [כאילו פון לערנען גמרא האט מען דאס נישט].
ווי פארשטענליך, מיר לערנען בחברותא, און בחברותא איז נאר שייך גמרא שו"ע. [אזוי מיין איך].
וואס שייך צו זאגן אויף דעם אשכול פון "ספרים", איז נאר אז יעדער זאל אראפשרייבן, וועלכע ספר ער האלט אין די האנד "בקביעות" אויסער: חומש, משניות, גמרא שו"ע און מוסר ספרים.
איך נוץ די ספרים: חתם סופר תורת משה, עה"ת. און דרשות חת"ס. לוח דבר בעתו - דאס איז א "פריינטליכע דערמאנונג" אויף אלעס. ס'איז געוואלדיג לדוגמא יעצט פאר פסח, טיילט ער צוביסלעך איין די טעג מ'זאל אנקומען מיט אלעם, מ'קען שוין מאכן פסח'דיג די ספרים, נישט אויסקלאפן די ספרים פון א הויכן פארטש צו די גאס ווייל ס'קען אפשר ארויספאלן געשריבענע חידושים, ענוואלאפס מיט געלט וכו'. , נישט ארויסווארפן אויפן גאס א פרידזשידער/פריזער וואס מ'קען נישט עפענען פון אינווייניג צוליב כמה סכנות וואס איז שוין ליידער געשעהן וכו' וכו'
דאס איז אבער נאר דער קליינער חלק דערפון, ס'האט "עתים לתורה" שיעורי תורה אויף א סדר יעדן טאג, "דבר יום ביומו" וואס האט פאסירט אין די היסטוריא די טעג וכו' וכו'.
אויפשרייבענדיג וואס ליגט מיר אויפן טיש: מחזור ד"י לפסח, למען תספר, ילקוט מקראי קודש ח"א [חדש], פרדס אליעזר לפסח, מנהג ישראל תורה ח"ג, און אפאר בילס..
גאר אינטערעסאנט איז די שו"ת תשובת והנהגות, [מאת הרב משה שטרנבוך]. זיין מהלך איז גאר אינטערעסאנט, ס'איז קורץ מיט די מראה מקומות אבער זייער אויפפאלענד. [ס'ענדלט אפשר מיט "נשמת שבת", אז די גאנג רופט ארויס שטוינונג.].
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 17:07 |
|
| |
נבוכדנאצר האט מיך דערמאנט פונעם ספר הדור האחרון. אן אריינצוגיין אין די שיטות פונעם בעל
מחבר איז דער ספר א מעסטער דזשאב שאין כדוגמתו!
גארנישט קיין אייגנס, ער ברענגט אראפ דאס וואס די גדולי החסידות זעלבסט האבן געוואוסט צו זאגן
וואס עס וועט זיך אויסקאכן מיט די גדולי החסידות שבדורינו זה, ער ברענגט אראפ סיי דברים
ידועים און סיי נישט באקאנטע שטיקלעך פון פארשטיפטע ספרים ותולדות הצדיקים.
מען קען דארט זען שטיקלעך פון אפאר הונדערט יאר צוריק וואס ממש תסמר שערות אנוש!!!
ער זאגט אז דער ספר קען ווען זיין צען חלקים ווען ער זאל וועל האבן געלט דערפאר.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-27/4/2006 17:25 |
|
| |
בנוגע די מהדורה פון שולחן ערוך הרב וואס אויבן דערמאנט. ס'איז זייער שיין געדרוקט (אזוי ווי חב"ד מאכט אלעמאל). איין זאך וואס איך וואלט שטארק חשק געהאט אז זיי זאלען טוהן (אלטס איינער וואס פלעגט אסאך לערנען שו"ע הרב) אז די מקורות און הערות פון אינטען וואס זענען פון חבד'סקע ספרים זאלען זיי מאכען א אנדערע סארט הערה, אז בשעת'ן לערנן זאל מען גלייך וויסען צו די הערה אדער מקור איז פון פריערדיגע אדער חבד'סקע
|
|
|
|
|