|
|
| נשלח ב-27/3/2006 06:17 |
|
| |
אין א טאג א שיינעם - אויף א מארק א גרויסן...
ערגעץ אין א ווינקל פון יריד, וועט א טומל ווערן, קולות וועט מען הערן - און פונוואנעט וויסן וועט מען נישט.
דעם לידל פון ר' יום טוב עהרליך זוך איך, איך געדענק נישט אויף וועלכן קאסעט ער זינגט דאס, איך האב שוין געזוכט 19, 20, 17, ועוד - אבער איך טרעף נישט.
אפשר קען איינער זיך דערבארעמען? מיין טאכטערל דארף עס אין סקול.
יישר כחכם.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 07:25 |
|
| |
חבלי משיח. (איך ווייס נישט וועלכע חלק).
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 15:14 |
|
| |
א נוגן פאלוירן געפינען ציריק מיין אלטע פארלוירנע ... יארן
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:02 |
|
| |
געבענטשט זענען די הענט וואס טוען אליין.
סוף דריטן קאסעט, תשובה.
ס'איז אזוי זיס, כמעט אלע וויצן זענען נאך אלס רעלעוואנט.
|
|
|
|
| נשלח ב-27/3/2006 17:23 |
|
| |
נבוכד
דיין זיס טעכטערל שתחי עמו"ש ווייסט וואס'מיינט א יריד?
ודרך אגב
דו ווייסט יא?
סתם כ'פרעג
|
|
|
|
| נשלח ב-28/3/2006 01:29 |
|
| |
כ'וועל דיר זאגן דברים כהווייתן.
כ'האב נישט עספייעט (מיט מיין טאכטערל אינאיינעם) אנצוקומען צום ווארט יריד, כ'האב זיך פארטשעפעט שוין ביי "ווינקל" נישט וויסנדיג דעם גענויעם באדייט.
"מארק" האב איך נאך אדורכגעמאכט מיט שווייס, כ'האב געזוכט אין אור-אלטע ווערטערביכער, כ'בין זיכער געווען אז מען רעדט נישט פונעם דייטשן מארק, ראשית ווייל ר' יאנטל ע"ה האט פיינט געהאט די דייטשן, שנית עס קלעבט נישט אזוי די פראזן, אלא מאי מוז עס מיינען א גרויסער ליידיגער פלאץ אין צענטער פון שטאט ווי יעדער קומט זיך צוזאם מיט זיין סחורה צום פארקויפן. שוין בין איך ארויס מיטן לעבן.
גיי איך ווייטער. ווינקל. ווינקל? מה זאת? כ'ווייס נאך אלס נישט!
און דו ווילסט נאך איך זאל וויסן וואס "יריד" באדייט? איך האלט נאך ביי ווינקל.
כ'דערמאן זיך אז כ'האב אמאל געלערנט יו"ד הלכות ע"ז און ס'איז דארט פארהאן א גאנצער סימן וועגן א יריד, אפשר האסטו עפעס אן אהנונג פון וואס מען רעדט? א חרם אויף חסידים האט מען פארצייטנס אויסגערופן ביי א יריד אין זעלווא, ממש איך גיב זיך נישט קיין עצה וויאוזי צו לערנען פשט, וואס מיינט באמת יריד? אין חדר פלעג מען דערציילן אז דער ערשטער קארלינער רבי אהרן הגדול זי"ע האט געמאכט 84 טויזנט בעלי תשובה אויף ירידים, והדרא קושיא לדוכתא, מאי יריד?
טייל אונז עטוואס מיט פון דיין חכמה וואס דו האסט אקארשט איינגעהאנדלט אין מדינת ישראל.
אל תמנע טוב מבעליו.
זעה צו נוצן בלויז פילטערד אינטערנעט אויב נישט קען מען חלילה צוקומען צו ציוניסטישע וועבסייטס.
פארגעס נישט דעם עיקר: וואס מיינט יריד?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 20:51 |
|
| |
געווען א ידען אין א פארק מיט ידיעות פארשידן ער האט נאר נישט געוואסט וואס איז דערטייטש פון יארידן ווייל דער נבוכדנצר האט זיך געדרייט אויף אלע פלעצער נאר נישט צווישן אידן
ער איז גארנישט געוועהן קיין בו-וול גקענט גוט שרייבן אויפן טאוול זיך שטארק באמיהט צו טראכטן מיט א קאפ א פארמאכטן בפרט ווען ער איז אויך א מלך בבל
געלעבט אין א וועלט וואס איז שוין לאנג פארלאפן געשאסן אין געטראפן אויף אויסגעשפילטע עבודה זרה'ס אויף איין אלטן פריץ ווי חוני המעגל וואס איז פארשלאפן
געפירט א מערכה קעגען די ציונים געקענט דערפון אלע צייטונגען מיט ירחונים קעגן ציוניסטן קאמאניסטן פראנקיסטן שבתי צבי, שפינוזה אין צדוקיסטן ער האלט שוין באלד ביי די גבעונים
גהאט א טעכטערל גאנץ א לייטישע מויד איינמאהל א שיינעם חול המועד איהר אנגענומען ביים הענטל לאמיר גיין באזוכן ר' יאנטל וועלכער איז שוין יאהרען אויפן עלמא דקשוט
זאלסט איהר טאקע נישט פארגעסן צו זאגן אז מקען זיך אויף היינטיג'ס נישט באקלאגן יענער זינגט דאך פון חרובע וועלטן נאך פאר סגעוועהן אמצוה צו שעלטן זכותו עלינו תגן

|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 21:04 |
|
| |

אווי זענען די נאטן?
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 21:11 |
|
| |
פראוו מיט'ן ניגון פון עוצו עצה ותופר
|
|
|
|
| נשלח ב-29/3/2006 22:41 |
|
| |
זה עתה קבלתי באישי א הודעה אפרישע "הוו זהירין נישט צו קריכן אויף די די געהירן ס'א חרפה און א בושה
"איין שרייבער איין אינטערסאנטן מיט א מיינונג א קראנטן קוים אוסגעריינגט דעם פארום שוין נאכאמאהל אריין אווארום ומה העילו חכמים בתקנתן?"

|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|