בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

בחירות אין ארץ ישראל, מצוה אדער עבירה?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-27/3/2006 12:40 לינק ישיר 
בחירות אין ארץ ישראל, מצוה אדער עבירה?

רוב גדולי ישראל שרייען אז דאס איז א חוב קדוש, צו ווייל דאס טוט אויפהאלטן די תורה וועלט מיט
אלע אירע אינסטעטוציעס. אדער פשוט ווייל דאס ווייזט אז די יראי ה' האבן א גרויסן מעטיגן וואל
כוח, און דורך דעם ווערט נתקדש ה' שמים בעולם.

אבער סאיז דאך דא א מיעוט, סאטמאר און עדה החרדית, וואס אסר'ן בכל תוקף דאס אנטייל נעמען
צוליב געבן א שטימע פאר א מדינה וואס איז כנגד התורה.


וואס זאל איך טאן לויט רוב גדולים בין איך דאך א פושע אויב איך זיץ אינדערהיים, ממילא איז דאך
נישט שייך דער געווענליכער אויסוועג פון שב ואל תעשה עדיף, אבער לויט דעם מיעוט רבנים, בין
איך דאך א שותף צו דער ערגסטער חטא אין הייטניגען דור אויב איך באטייליג מיך יא.?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 14:26 לינק ישיר 

מע זאגט פון בריסקער רב ז"ל: "ס'יז נישט אזא גרויסע מצוה ווי ר' אהרן קוטלר מאכט עס און עס איז נישט אזא גרויסע עבירה ווי דער סאטמערער ראב מאכט עס". און טאקע ביידע צדדים זאגען אז דער בריסער רב האט גיהאלטען אזוי ווי זיי.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 19:09 לינק ישיר 

דער סטייפלער פרעגט שוין די זעלבע זאך און שרייבט אין זיין ספר אז ווען איינער זאגט אז מען טאר נישט און דער צווייטער זאגט אז מען מעג, וואלט מען געדארפט מחמיר זיין, אבער אז איינער זאגט עס איז א מצוה און דער צווייטער אן עבירה, הערט מען אים נישט אויס און מען גייט מקיים זיין די מצוה רבה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/6/2008 18:45 לינק ישיר 

לעמעך וואס די ביסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/6/2008 01:55 לינק ישיר 

לעמעך, ברענגט א גוטע סברא פון די סטייפלער.
בכול אופן זענען דער וואס אסר'ן נאר א מיעוט, והלכה כרבים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 17:53 לינק ישיר 

אויב די געהערסט צו די קרייז וואס אסערט צו קיין צו דע בחירות איז קלאהר אז עס איז א עבירה, אויב די געהערסט צו א קרייז וואס הייסען גיין צו דע בחירות איז קלאהר אז עס איז א מצוה,
ביי מיר און דע תורה שטייט ועשית ככל אשר יוריך, שאל אביך ויגדך, יעדער דארף פאלגען זיין רבי,
אויב ביסטי א גר, דאן טארסטי נישט גיין, ווייל מן הסתם האט דיך א סאטמערער מגייר געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/7/2008 19:41 לינק ישיר 

גערעכט, ''נהרא נהרא ופשטיה'', יעדער האט זיך זיין דרך, ''את הדרך אשר ילכו בה ואת המעשה אשר יעשון'', און קיינער איז נישט עובר אן עבירה ביים גיין צום בחירות.


כ'פארשטיי נישט וואס איר שרייבט ביים סוף, נאר סאטמארע זענען מגייר?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2008 00:27 לינק ישיר 

איך בין נישט באקאנט וואס טיט זיך אין דע גאנצע וועלט, אבער אין דעים לאנד וואס איך וואוין איז אזוי דע מנהג, אז א גר קען בלייבען א שונא (מדינת) ישראל אזוי ווי ער איז געוועהן פאר ער האט זיך מגייר געוועהן....



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2008 01:12 לינק ישיר 

איר מיינט צו זאגן, אין דאס לאנד: ישראל?


און וואס פונקטליך מיינט איר צו זאגן?   וועלכע גרים זענען שונאים?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2008 01:22 לינק ישיר 

איך וועל עס זאגען אנדערש, אין דע שטאט וואס איך וואוין איז דא בערך 20 גרים 17 האט סאטמער מגייער געווען. איינער פון דע 17 איז פון דע חסידים פון דע איראנער נשיא.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2008 01:27 לינק ישיר 

איר מיינט זיכער, פון די 'מחריבי קרתא'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-31/7/2008 12:10 לינק ישיר 

יא




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > בחירות אין ארץ ישראל, מצוה אדער עבירה?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext