| נשלח ב-27/3/2006 14:53 |
|
| |
וואס איז דער 'איד' מער פון 'גוי'?
לאמיר דא מברר זיין דעם באגריף פון קדושת ישראל? חסד לאומים חטאת? חכמה בגוים תאמין? עם
סגולה? עם הנבחר? כוהנים וגוי קדוש? אור לגוים?
אונזער חשיבות און אויסערוועלטקייט פון אלע פעלקער פון די וועלט, וואס איז דאס אונז מחייב?
און וואס איז דאס אונז מזכה? אונזערע פליכטן, אויפגאבעס, זכותים, און רעכטן מכח דעם סטאטוס?
|
|
|
|
| נשלח ב-8/7/2008 18:57 |
|
| |
נישט אלעמאל דארף מען אראפקוקן אויף גוים, פאקטיש קען א גוי אפילו זיין א חסיד, וואס איז מער ווי א צדיק (לפנים משורת הדין), ''חסידי אומת העולם''.
און פאר א גוי, איז עס אסאך לייכטער, ווייל ער האט נאר זיבן מצוות מקיים צו זיין.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 05:39 |
|
| |
א איד איז במהותו גארנישט מער ווי א גוי. א איד האט פשוט מער חיובים.
דער נעגאטיווער וועג וויאזוי מיר באטראכטן דעם גוי איז א השפעה פון אונזער תורה'דיגער ליטעראטור וועלכע איז געשריבן געווארן אין תקופות ווען די גוים זענען געווען עכו"ם. אלע דברי תורה פון דער מיטלאלטער זענען געשריבן געווארן בשעת עס איז געווען אן אנגייענדיגער קאמף צווישן אידן און גוים, דורך די העצעס פון די גלחים און די שווערע קאנסעקווענצן, ווי פאגראמען.
עס איז נישטא קיין שום סיבה אז מיר זאלן היינט באטראכטן דעם גוי אלץ איין טראפ ווייניגער ווי א איד.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/7/2008 19:52 |
|
| |
גערעכט, אבער ס'ווענט זיך וועלכע גוי, נאר אזעלכע וואס זענען ''חסידי אומת העולם''.
אבער ליידער פעלט נישט קיין שונאים אויך היינט, בפרט פון די ישמאלים, וואס שטעלן פאר א געפאר פאר די אידנטום.
און זיי דארף מען מעביר זיין מן העולם.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 04:41 |
|
| |
עס איז נישט ריכטיג צו באצייכענען די וועלכע מיר האבן פיינט אלס "גוים" וואס דאס איז טייטש יעדער וואס איז נישט א איד. אוודאי האבן מיר פיינט די וועלכע האבן אונז פיינט, אבער די דאזיגע קריטעריע ווערט נישט באשטימט מיט דעם פאקט אז זיי זענען "גוים" - ד.ה. נישט אידן, נאר פון דעם פאקט אז זיי האבן אונז פיינט.
|
|
|
|
| נשלח ב-23/7/2008 21:00 |
|
| |
ערגעץ ווי שטייט, כ'מיין אין די גמרא, ''טוב שבגוים הרוג'', און דאס מיינט מען בשעת מלחמה.
|
|
|
|
|