אין געוויסע קהילות בישראל פירן זיי זיך, צו זאגן ביידע. נא, וואס קען שוין שאטן נאך א תפלה?
די מקור פון די חילוק איז באקאנט (איך געדענק נישט יעצט די מקור), אז אין אשכנז, איז געווען צרות בשעה וואס אין פולין איז נאך געווען שלום.
דעריבער, האבן זיי אין אשכנז געזאגט, "אל נא באפך תוכיחנו", און "והושיענו מכל רע". וואס דאס איז א לשון פון איינער וואס איז שוין אין א צרה.
משא"כ אין פולין, איז דער נוסח "(אל תסתר פניך ממנו)", און "והצילנו מכל רע", וואס דאס איז א לשון פון איינער וואס זעט א צרה פון די ווייט אבער איז נאך נישט דערין.
ואולי איז פארדעם "אל תסתר פניך ממנו" ארום גערינגלט, ווייל דאס געהערט נישט באמת צו אזא מצב?
איך געדענק האבן געזען ערגעץ אין איינער פון די מחזורים, אז די נוסח פון די ארך אפים'ס איז מכוון לויט די מספר התיבות. איז דאס אפשר די מקור פון דער צוגעלייגטע נוסח אפילו ס'שטימט נישט מיט די ארגינעלע כוונה?
לפי זה, קען זיין די כוונה פון די בעלי הנוסח אונזערע, וואס האבן געלאזט ביידע נוסחאות אין סידור, כדי א איד זאל קענען בוחר זיין אין די נוסח וואס איז מער פאסיג פאר זיין מצב. צו אין זיין פריוואטע לעבן, צו ביי כלל ישראל, צו ביי זיין מקום ווי ער וואינט.
-----------------------------------------
אגב, האב איך אמאל געהערט א גלייך ווערטל אויף די שינוי הנסחאות פון ארך אפים'ס.
ווי באקאנט, איז ביי די יעקישע אידן איינגעפירט א שטרענגע דיסיפלין אין ביזנעס, ווי ס'לאזט זיך כמעט זאגן, אז ער בעט נאר דעם רבוש"ע, ער זאל נישט קאליע מאכן.... דערפאר זאגט ער "אל באפך תוכיחנו"...
היבש אנדערש ווי ביי די חסידים יוצאי פולין, וואס פון די שווערסטע פאכן וואס איז נאר פארהאן ביי זיי, איז בוך האלטעריי.... און די פחד פון באקראטירן שטייט טעגליך אויף די קאפ. און אוי רבוש"ע "אל תסתר פניך ממנו"..... נעם נישט אוועק די אויג קיין רגע.... כיה"ר.
תוקן על ידי - תרשיש - 28/03/2006 6:23:24
 |
|
|