בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

מורידין ולא מעלין; היינטיגע צייטן?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 14:53 לינק ישיר 
מורידין ולא מעלין; היינטיגע צייטן?

דער חזון איש זאגט אפען און קלאר אז היינטיגע צייטן נעמט מען נישט אן די הלכה פון מורידין ולא
מעלין, צוליב "נשתנו העתים" אז דער אקט פון טויטן אן אפיקורס וועט ארויסרופן די גאר פונקט
פארקערטער רעאקציע פונעם המון ווי דער געפלאנטער רעאקציע פון דעם הלכה.

אז אמאל האט די וועלט אנגעקוקט הרגענען מענטשן ווי נארמאל היינט איז דאס אבער א בארבארישקייט.
ממילא איז דאס א שאנדע אויב אידן וועלן הרגענען ווי די טאליבאנער אין פאנאטישן מיטל מזרח.

איז מיין פראגע; וואס גייט מיך אן וואס דער גוי זאגט אדער טראכט, דער טעם איז דאך נאך אלץ
שייך ביי פרומע, אז מ'וועט הרגענען דעם אפיקורס וועט דאך אלע קינדער אין חדר פארכטן צו ווערן
אן אפיקורס, האט מען דען געמאכט דעם הלכה פאר די גוים און פרייע אידן?

צו ווייסט איינער אויב אלע פוסקים האבן אין דעם מסכים געווען צום דעם חזון איש?



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/4/2006 21:00 לינק ישיר 

דער חזון איש אין יו"ד סי' י"ג שרייבט קלאר אז די היינטיגע רשעים זענען אנדערש ווי די אמאליגע, אז היינט זענען זיי נישט קיין להכעיס'ניקעס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/4/2006 01:41 לינק ישיר 

דודיל,

נישט נאר דאס שרייבט דער חזו"א. הער שרייבט אז אפילו  אמת'ע רשעים איז נישט דא , היינטיגע צייטן, קיין מורידין ולא מעלים. ווייל דאס איז געזאגט געווארן ווען מען האט געזען בחוש אז די רשעים זענען מחריב די וועלט. האבער היינט ליידער זעט מען נישט, ממילא טאר מען נישט .

ס'איז אפולוגעטיק , האבער ס'איז בעסר ווי גארנישט... תוקן על ידי - קעלעמר - 06/04/2006 1:43:28



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > מורידין ולא מעלין; היינטיגע צייטן?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext