בית פורומים האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש

רבי אביגדור מילער זצ"ל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 15:12 לינק ישיר 
רבי אביגדור מילער זצ"ל

ר' אביגדור איז איינער וואס האט שטארק משפיע געווען אויף דעם אמעריקאנעם סאטמארן אינגערמאן
וואס איז א מתחיל אין השכלה, איז נישט מער ווי רעכט אז א פארום וואס רעדט צו דעם דאזיגען
קרייז פון חסידישע אינגעלייט וואס שרייבן און רעדן אידיש, זיכענדיג צו טראכטן, זאלן דעבאטירן
און איבערשמועסן זיינע שיטות און השקפה יסודות וואס דער מענטש האט געשאפן און געפרעדיגט.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 15:30 לינק ישיר 

איך בין נישט זייער באקאנט אין די תורות פון ר' אביגדור ז"ל, אבער א שטיקעל א רושם האב איך און איך וויל דאס פראבירען דא צו באשמוזען און אויך הערען פון די וואס קענען בעסער דעם עניין.

לפי מיין פארשטאנד ["לענ"ד" בלשון בהמ"ד] איז ער עהנליך צו רב דסלר ז"ל אין דעם דאס זיי האבען אויפגיטהוען אין מחשבה וואס ר' חיים סאלאבייציק ז"ל פון איין זייט און ר' שמעון שקאפ ז"ל פון אנדערען זייט האבען גיטועהן, צו באווייזען אז די אבסטראקטע באגריפען פון חז"ל זיינען נישט כפשוטם און זיי קומען ארויסברענגען טיפערע רעיונות.

דאס וואס אין חז"ל שטייט דאס אין א מעהר קאנקרייט שפראך, מוז נישט זיין ווייל חז"ל האבען גיוואלט באהאלטען סודות, נאר דאס די שפראך איז נאך נישט גיווען ענטוויקעלט דאמאלס אזוי ווי היינט. ממילא איז די נייע שפראך פאר די וואס באנוצען זיך מיט די אלטע, נאך א סוד. מו"ר האט מיר גיזאגט בשם ר"ג ז"ל, אז "סוד" מיינט נישט דווקא א זאך וואס מען האט מורא אז מען וועט עס ווייטער דערציילען, נאר דאס דער וואס וועט דאס הערען וועט נישט וויסען דאס צו שעטצען [אפרישייטען בלע"ז] און דערפאר וועט ער מזלזל זיין און פארפאסען דעם חאשעבען תוכן וואס אין א פאר יאהר שפעטער קען ער שוין זיין ראוי דערצו.

לפי זה איז דאס טאקע א גילונגענע רעיון פאר די וואס הייבען אן ארויפצוגיין ברום עולם המחשבה, אנצוהייבען מיט ספרים פון ר' אביגדור און דער מכתב מאליהו זכרונם לברכה. מיין רעבע [וואס לויט וויפיל איך ווייס איז ער נישט קיין קרוב פון להבחל"ח ר' אביגדור ז"ל טראץ זיי זענען ביידע כהנים] האט מיר גיזאגט אז בתחילת דרכו פאר דעם וואס ער האט גילערנט ביי ר' גדלי' ז"ל, פלעגט ער זיך אסאך פארטיפען בספרי ר"ש שקאפ, רב דסלר וכדומה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 15:41 לינק ישיר 

גייט אריין אין דעם וויקיפעדיע ארטיקל צו ליינען און פארעכטן, צולייגן זאכן וואס איר ווייסט, און מעורר זיין הערות וואס איר האט אויף זיין פרויפייל דארטן. http://tinyurl.com/92hya תוקן על ידי - רעדאקטאר - 28/03/2006 15:45:38



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 16:04 לינק ישיר 

ס'איז נישט קיין פארגלייך צווישן ר' אביגדור מילער און הרב דעסלער. הרב מילער האט זיך בעיקר אפגעגעבן מיט סעקולערער וויסנשאפט, זיי אפפרעגנדיג אין זיינע ספרים "אז נדברו" (איבערגעטייטשט אויף עברית "לאן"), "רננו צדיקים" און "עורה כבודי". אויך האט ער זיך פיל אפגעגעבן מיט די היסטאריקער וועלכע שטימען נישט איין מיט'ן דרך התורה, ווי גרעץ, ווייס און... יוסיפין.
הרב דעסלער, לעומת זה, האט מער ארויסגעברענגט תורה'דיגע רעיונות אין א פארשטענדליכער און קלוגער שפראך אויף צו כאפן דעם היינטיגן משכיל'ס הארץ.
למשל די טעאריע פון עוואלוציע געפינט אין די ספרים פון הרב מילער אן ארט אין הונדערטער בלעטער, דאקעגן אין "מכתב מאליהו" איז נאר פארהאן איין קליין שטיקל אין חלק ה' איבער דער טעאריע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 16:28 לינק ישיר 

גראדע האב איך געליינט אין עצכח, ווי דער ניק 'באראפארקער' ברענגט ארויף אין דעם הינזיכט א פאקט אז נאר די ספרים זענען פיל מיט חכמת חיצנית ווי אפציווענדן אלע אפיקורסות און עבודה זרה'ס, אבער די טויזענטע טעיפס פון מוסר, און הונדעטע טעיפס פון שיעורים אין גמרא, הערט מען קוים עפעס פון די זאכן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 16:47 לינק ישיר 

שקויעך דוידל!

לויט דיינע ווערטער איז דאס פארט אן ענטוויקלונג אין די זעלבע ריכטונג, נאר דאס ר' אביגדור איז א שלב ווייטער. ער איז טאקע גיווען א דור נאך רב דסלרן!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 20:50 לינק ישיר 

איך געדעיינק נישט גענוי דעם לינק, האבער העס דאכצעך מיר אז "באראפארקער" האט העם בארימט, און האלט זאך א שטיקל תלמיד. איך וייס גאר נישט ווער איז באראפארקער האבער הער מאכט א רושם פון א יודע ספר.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 01:07 לינק ישיר 

יישר כח ר' העניך פאר מאכען שפתותיו דובבות, אפשר טאקע אפילו "בקבר" ווייל דער ניק ניץ איך כמעט נישט. איך אליין ווייס אויך נישט ווי דער אשכול איז, אבער עס איז געווען אן אשכול איבער ר' אביגדור אליין, און דער לינקזעצער פין עצכ"ח קען עס זיכער טרעפען. און יישר כח פאר רעדאקטער פאר מיך מאכען אויף מערקזאם וועגען דעם אשכול אז מען רעדט פין מיין ניק, אפשר קען רעדאקטאר אנווייזען ווי יענער אשכול איז, ווייל ער האט מיך געבעטען רשות מעתיק צו זיין פין דארט צו זיין וויקיפידיא. און אזוי ווי איינער ברענגט טאקע דא ארויס, ר' אביגדור פלעגט נישט מאריך זיין בדרוש וועגען עבולוציע, בעיקר פלעגט ער נאר דערמאנען אז עס איז פאלש, וכו' וכו'. עס איז כדאי צו דערמאנען אז עס דא א חבורה אין ווילי וואס האלטען זיך פאר זיינע תלמידים, און זיי לייקענען כמעט אין קבלה, זאגענדיג אז דאס איז באמת געווען זיין שיטה. איך ווייס נישט צו עס א בחינה פין חכמה אדער תבונה (עיין רש"י תצוה) אבער מיין השערה איז אז עס איז מער תבונה ווי חכמה, ודו"ק.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 01:46 לינק ישיר 

הרב אביגדור מילר - לדרכו
http://www.hydepark.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1303632
בברכה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 02:02 לינק ישיר 

באראפארקער, צו מיינסטו דעם קהילה נטעי אביגדור? איך גלייב שווער אז זיי לייקענען אפען דערין. זיי לעבן דאך אין וויליאמסבורג?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 19:34 לינק ישיר 

איך פלעג צומאל דארטן א תפלה טוען אין איך פלעג נישט צו הערן אז די וואס זענען דארטען האלטען נישט ח"ו פון קבלה (ווער זענען זיי צו האלטען). מען האט גערעדט צו ר' א"מ האט געהאלטען וועגען קבלה אדער נישט (ח"ו).




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/3/2006 04:27 לינק ישיר 

אח אח ממש אמחי' מ'קען זיך צוניופרעדען אין מאמע לשון, שקויעך פארן אהער שטעלען דעם מעדיוים.

לפי מיין ארעמען פארשטאנד איז דא א תהוםדיגער חילוק פין רב דסלר ביז הרב מילר. איוף הרב דסלר קען מען כמעט זאגען דעם באקאנטען מאמר וואס סאטמער רב האט אין זיינער צייט געזאגט אויף ר' אהרן קאטלער, 'להגיד שבחו של אהרן שלא שינה'. רב דסלר האט כמעט גארנישט משנה געוועהן פין דעם טראדיציונאלער וועלטאנשאויאנג אין צוגאנג צו אלע יסודות הדת, בו בשעה וואס רב מילער האט דוקא יא משנה געוועהן אין ביידע הינזיכטען.

הרב מילער האט משנה געוועהן פינעם טראדיציונאלער חרדישער וועלטאנשאוינג מיט'ן זיין א קנאפער חסיד פין קבלה אזש ביז ס'זאל זיין א גרויסער טייל פין זיינע חסידים וואס האבן פארשטאנען פין זיינע מימרית וואס אנבעלאנגט קבלה אז ס'איז גאר א פרעמדע שפראצונג אינעם אידישן וווינגארטען, אויך מיטן נישט זיין אזוי איבערצייגט אינעם אמונת הגילגול איז ער היבש אוועק פינעם טראדיציאן, אפילו זיין פאזיטיווער מיינונג איבער ר' משה מענדלסאן איז גאר וויט אוועק פינעם גלייכען וועג לויט'ן חרדישען געדאנקענגאנג,

נאך אסאך שטערקער קען געזאגט ווערן אויף זיין צוגאנג צו עבודת השם, זיין איינזייטיגער כל כולו'דיגער איבערגעגעבענקייט צו די מדה פין 'אנערקענען א טובה' [הכרת הטוב] וואס ער האט געמאכט פארן גרונדשטיין אין עבודת השם, איז לאו דוקא געוועהן דער תל תלפיות פינעם אלגעמיינם מסורה'דיגער צוגאנג צו עבודה, אף על פי אז די חובת הלבבות איז אפשר יא געוועהן ביי דעם זעלבען מיינונג איז דאס דאך נישט אנגענומען אינעם אולטרא פרימער חרדישר וועלטאנשאוינג,

רעדענדיג פין חובת הלבבות ברענגט עס אונז צום צענטראלר מיינונגספארשידענהייט פין אים ביז אנדערע חרדישע דענקערס [ווי רב דסלר ציילט זיך פין זיי], נעמליך זיין מהלך פין זיך קימערן מיט אלא אפיקורסישער מיינונגען אינטערען סלאגאן פין דע מה שתשיב, וואס אולי מיינט דאס טאקע מה שתשיב צום אייגענעם אפיקורוס, צום אפיקורוס אין זיך וואס פרעגט קשיות אזש ביז ס'לאזט טייל מאל נישט מנוחה.

אינדערצייט וואס רוב מנין אין בנין פין חרדישער דענקערס האבען קאטעגארעזירט  אזעלעכע קשיות אינטערן רובריק פין פרעמדע מחשבות [מחשבות זרות] אין טאקע דערפאר זיך באפאסט דערמיט מיט די זעלבע מעטאדאן, וואס דאס איז הויפטזעכליך באשטאנען מיטן אוועקשטופען אין זיך מאכען פארגעסען פין די קשיות, וויאויך זיך באניצין מיטן תהלימעל זיך אויסצובעטען להעביר מחשבת זדון. איז אבער רב מילערס גאנג גאר אן אנדערער אין אפשר אסאך מער מסוכנדיגער.

המשך יבא גאט וויליג




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 21:26 לינק ישיר 

עני בפתח
דאס וואס די שרייבסט אז ר' א"מ איז נישט געווען מיטען שניט פון די מסורה ווען עס האט זעך געהאנדעלט פון קבלה, מיט דעם האסטו א נקודה. הגם מען קען עם דן זייך לכף זכות ווייל גדולים וטובים פון עם האבען אויך זיך נישט באצויגען צו דעם, ווי למשל דער רס"ג, רמב"ם וכדומה, אבער א נקודה האסטו אפשר.

אבער דאס וואס די שרייבסט אז הכרת הטוב איז לאו דוקא געוועהן דער תל תלפיות פינעם אלגעמיינם מסורה'דיגער צוגאנג צו עבודה דאס איז דאך פשוט נישט צום פארשטיין, און וואספארא געהויבענע חסידיש ספר מעקוקט אריין איז דאס פון דאנקבארקייט צום בורא כל עולמים. הייב אויף אן ערבי נחל היינט אויף דערנאכט, ליל דחקל תפוחין קדישין, איך בין זעכער אז די וועסט זען עפעס אויף מכיר זיין דעם חסד השם. דאס איז דאך דער יסוד וואס רבותינו הקדושים תלמידי רישבש"ט זצוקללה"ה האבען אין אונז אריינגעבאקען מכיר צו זיין אז דער בורא כל עולמים געט זעך אפ מיט יעדען בלעטעל וואס פאלט פון בוים און ווי שטארק אונז דארפן מכיר זיין דעם חסד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 22:02 לינק ישיר 

עני בפתח
קודם האב איך געדענקט נישט דאס צו אדרעסירען אבער נאכדעם האב איך זעך איבער געטראכט אז די האסט דאס אויפגעברענגט וועל איך דאס שוין אנמערקען.
די שרייבסט אז אויך מיטן נישט זיין אזוי איבערצייגט אינעם אמונת הגילגול איז ער היבש אוועק פינעם טראדיציאן.
וואו סעשיינט איר ר' א"מ געווען א גרויסער תלמיד חכם אין געווען באקאנט בספרי הראשונים. סאיז דאך באקאנט וואס דער רס"ג האט געהאלטען וועגען גילגול (און צוליב דעם האב איך דאס נישט געוואלט אויפבענגען). דער רס"ג האט דאך געהאלטען אז דאס איז א שטות (ח"ו) און געהערט האב איז אין די  מהדורה פון דעם נייעם איבערזעצער צייכענט ער גאר אן אז דאס קומט פון די קראים (אוי לאזנים כך שומעות). קען זיין אז זייענדיג א מלומד בספרים של ראשונים האט ער נישט געוואלט זיך אריין מישען צווישען די גרויסע לייבען.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-31/3/2006 22:20 לינק ישיר 

עני, Nice to see you again!

איך האב קיינמאל נישט געזעהן הרב מיללער'ס ספרים אבער אפאר פין זיין טעיפס האב איך געהערט אין מיין יונגע יארן. בכל אופן, עס וועט מיר זיין א גרויסע חידוש דאס וואס די זאגסט אז ער האט געהאט א פאזאטיווען אויסקוק אויף מענדעלסאן.

ווי איז די מקור פין דעם?




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/4/2006 01:57 לינק ישיר 

טייערער 'גלייבער אין קלוגע'

האב איך דען געזאגט אז ר' א"מ האט געזאגט זאכען קעגן דעם עכטן אידישער גלויבונג?
איך האב דאך אויסשליסלעך גערעדט וויאזוי ער איז מ'קצה על קצע'דיג אנדערש פין אלע היינטציטיגע אולטרא ארטאדאקסישע דענקערס. אוודע געוויס האט ער באזירט זיינע ווערטער אויף אידישע ספרים אין סופרים.

אנערקענען א טובה איז אן אינטערנאציונאלער עטיק אין ס'חידושט מיר גארניט אז איר טרעפט דאס אין פארשידענע מוסר ספרים פין חסידישע ביז מיסנאגדישע פין ריין אידישע ביז צו ספרים פין אלע בני נח. אבער צו מאכען דאס פארען הויפט טעמע פארען תל תלפיות, דאס איז שוין אן אייגענארטיגייט [וואס מיט דעם זעלבסט האט ער שויו אוועקגענויגט פין טראדיציאן, כלומר צו זאגען, צו האנען אייגענארטיקייט אין פראקטיק אדער אין טראכטונג, איז ניט אויסגעהאלטען מיט אינזער מסורה]

חסיד'ל חסיד'ל אוי ווי מיר דארפיען זיך נאך אסאך צונויפרעדען אבער........
יא, איך מיט מיין ארימקייט [אני בעניי] האב געהערט פין פה קדשו ווי ער זאגט מען זאל לערנען ר' מענדעלסאן'ס ספר 'ירושלים'. אויך האבען כמה פין מיינע חברים דאס געהערט איוף א קאסעטט.
קאן זיין אז איר וויסט ניט אז ר' שמשון רפאל הירש רעדט פין אים מיט גרויס כבוד אין זיינע 'ניינצען בריוו'.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > האלט דא טראכט מען-עצכח יידיש > רבי אביגדור מילער זצ"ל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext