|
|
| נשלח ב-4/4/2006 05:53 |
|
| |
אויב איינער זוכט צו פארשטיין דעם ענגליש וואס עני_בפתח נוצט, קען ער דרוקען אויף דעם לינק, וועבסטער דיקשאנערי, דארטען ווערט עס צולייגט אויף פשוטע ווערטער.
תוקן על ידי - אמונתחכמים - 04/04/2006 5:57:48
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 14:53 |
|
| |
גם אני מצטרף נישט שרייבן קיין ענגליש דא,
עס איז דא א חרם פון חתם סופר אויף זיך באנוצען מיט דעם גויאישן שפראך.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 15:00 |
|
| |
לגבי מענדלסאן, האב איך געהערט מער ווי איינמאל, און צר לי אז איך ווייס נישט קיין נומער
פון קיין טעיפס ווייל איך בין דארטן געווען בשעת ער האט דאס געזאגט, ווי ער רומט אים
שטארק אויס מיט התרגשות'דיגע הערצה אלס איש מורם און גרויסע חסיד ועובד ה' וואס האט זיין
לעבן מקדש געווען פאר פעלים לתורה, און ער זאגט אז זיין איינציגער עבירה וואס האט אים
ארויסגעלייגט מחוץ לגדר היהדות, איז זיין חטא פון זיך נישט רעכענען מיט גדולים פון זיין
דור. און גראד נאכדעם האט ראביי מילער אנגעהויבן צו רעדן איבער די גדלות פון די גדולים פון
היינטיגען דור ווי ר' משה טייטלבוים פון סאטמאר און ר' שלמה הלבערשטאם פון
באבוב....
אני הקטן ווייס נישט וואס דאס מיינט!
תוקן על ידי - העניך7 - 04/04/2006 15:39:30
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 15:51 |
|
| |
מענדלסאן איז נישט געווען אזוי אפגעפרעגט ווי מען מיינט היינט. זע דער הקדמה פונעם זון פונעם בעל תפארת ישראל אויף זיין טאטע'נס פירוש, וואו ער לויבט אויס מענדלסאהן' מיט סופערלאטיוון. זע אויך דעם ספר "מנחמיה עד עתה" וואו דער היינטצייטיגער אולטרא אורטאדאקסישער מחבר שרייבט, אז מענדלסאהנס צילן זענען געווען ענליכע ווי די פון רבי שמשון רפאל הירש'ן נאר פאר אים איז עס נישט געלונגען.
|
|
|
|
| נשלח ב-4/4/2006 22:23 |
|
| |
העניך'ל אויסרומען מנדלסון איז איין זאך, און הייסען לערנען זיינער ספרים איז א צווייטער זאך. דאס אז מנדלסונס חידושים זענען גארנישט געפערליך, דאס ווייסען אלע וואס האבען געקוקט און זיין ספר ובתוכם דער הייליגער חתם סופר. ביודעי ומכירי קאמינא וואס האבען געקוקט זיין ספר און האבען נישט נאר נישט געזען שלעכט נאר געזען גאר שיינע אידישע געדאנקען. אז ר' א"מ האט געהייסען לערנען זיינע ספרים דאס איז א חידוש, ווייל ער האט גאר ווייניג ספרים רעקאמענדירט, טא פארוואס עפעס זאל ער הייסען לערנען זיינע ספרים? איך האב גענוג זאכען צו גלייבען איידער איך וועל דאס גלייבען אן דעם וואס איך הער דאס אליינס אויף טעיפ. עס איז קלאר אז עס איז דא כמה וכמה וואס ווילען אהערשטעלען ר' א"מ כאילו ער האט אפגעלאכט פון חז"ל און זיי וועלען זעך אנכאפען אויף יעדעס ווארט וואס איז משתמע לתרי אנפין.
א טעיפ נומבער האב איך נאך אלץ נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-5/4/2006 17:45 |
|
| |
באראפארקער די שרייבסט, ר' אביגדור פלעגט נישט מאריך זיין בדרוש וועגען עבולוציע, בעיקר פלעגט ער נאר דערמאנען אז עס איז פאלש, וכו' וכו'. הא תינח אין די לעצטע הונדערטער טעיפס, אבער און די ערשטע פאר הונדערט טעיפס צוברייטערט ער די שמועס איבער די טעמע און ווייזט אויף די שוואכקייטען דערפון מיט א קלארקייט, און נישט נאר סתם דערמאנען אז סעאיז פאלש. ער האט געהאלטען זיינע שמועסען פאר אן עולם וואס האט גארנישט געהאט מיט אידישקייט און ער האט מיט זיי אנגעפאנגען מיט אלף און שפעטער ווען זיי האבען שוין געקענט די נושא האט ער דאס נישט געדארפט איבערקייען נאכאמאל.
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 01:04 |
|
| |
Yes, I agree with my friends here (Veto1, David, and that poor guy at the door). I think the purpose of this eshkol was misunderstood. And maybe AMZ1750 cried (well, almost…) for no good reason.
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
The eshkol was not opened to talk about torah and opinions, but to discuss RA''M as a person without going into hard-core thinking, as AMZ demanded. That's too hard for us. So we will just discuss the person
And I think we should do more of this. I think we should discuss tzadikim and rebbes. Not only their opinions and chidushy torah- but their ''funny'' parts, the parts where they were unique and different than others. And compare and analyze. I think that will increase kvod shamaiyim. Isn't that our only goal with this discussion? Sure
I think you would all agree that it is very important that this should be discussed
Yes. Yes. Bring it on and let us do it
Mee lashem eily
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 01:51 |
|
| |
איך זעה אז א צווייטער האט שוין געפענט אן אנדערען אשכול דורך צוטוען אן אנדערען צדיק צו ער איז געגאנגען במסורת אבותינו הקדושים. עמיר גיין זעהן וואס דארט טוט זיך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-6/4/2006 09:10 |
|
| |
בילבו,
דיין שרייבען [אפשר דו נישט] האט מיך פאלש פארשטאנען. דאס איז געגען דיא גיזעצען פון עצכח צו בארעדען א מענטש און נישט די זאכליגקייט פון זיינע דעות. איך האב נאר באמערקט אז דאס וואס ביי די געלעגענהייט פון באשפרעכען זיינע דעות איז אויך דא אן אינטערעס איהם מגדיר צו זיין, קומט פון דעם ווייל א חלק פון דעם עוילם דא איז אינטערעסירט אין די ענטוויקלונג צו אופענקייט אין דעם חרדישען יודענטום.
|
|
|
|
|