די שיטה זיינע איז, לפע"ד, גענוי דאס וואס איז מבואר אינעם רעלאטיוו-נייעם בוך Of The Derech. אז היינט איז דער ערשטער דור וואס ס'איז דא א ציל צו פארוואסערן אלע פערזענליכע פראבלעמען פון אונזערע גדולים. אפילו אין דער תורה טרעפן מיר די טעותים און וואקלנישן פון אברהם אבינו, משה רבינו, דוד המלך ועוד. דאס, טענה'ט די מחברת, האט אריינגעלייגט אן אונטער-מוח באוואוסטזיין אין דער היינטיגער יוגנט אז אויב מאכט מען א טעות איז מען שוין א דורכפאל. זעט אויס אז דאס וויל הרב קאמינעצקי ארויסברענגען, אז אונזערע גדולים זענען אויך פרויען-געבוירענע, און האבן פונקט ווי אונז פסיכעאלאגישע דראנגען, און מאכן טעותים ווי אלע.
|
|