בית פורומים שיעור עיון

מוז די הענט זיין טרוקן בשעת נטילת ידים?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-28/3/2006 16:33 לינק ישיר 
מוז די הענט זיין טרוקן בשעת נטילת ידים?

ווער האט נאכנישט געדארפט ווארטן ביים סינק אין די ליניע ביי שלש סעודות נערוועזערהייט, און דא קומט אן א צדיק'ל און הערט זיך נישט אויף צו ווישן די הענט אין בעקישע, אויפרעגנדיג דעם גאנצן עולם.

דאס איז א געווענליכע ערשיינונג. אבער האט דאס א מקור אין הלכה?

טאר די הענט נישט זיין נאס בשעת נטילת ידים?

אויב וויל איך למשל אפוואשן דעם בעכער נאך קידוש, דארף איך זיך אפווישן די הענט פאר איך גיי זיך וואשן?

דא איז איין מראה מקום ווי עס ווערט גערעדט דערוועגן:

פסקי תשובות, חלק שני, סימן קסב (דף שצה). אז איינער ווייסט מער זאל ער זיך נישט פוילן און מזכה זיין את הרבים.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/3/2006 22:32 לינק ישיר 

איך האב נאכנישט נאכגעקיקט, אבער איך געדענק אז מען האט מיך אויסגעלערנט אז די הענט דארף זיין טריקען, אבער וואס איך וויל דא איז עפעס אנדערש.

דארף די טעפל זיין טריקן?

מענטשן ווישן אפ די טעפל וואס האט אפאר טראפן אין די האנטעך וואס הונדערטער הענט האבן זיך שוין אפגעווישט.

מן הסתם טיען זיי דאס ווייל זיי ווילן נישט אנרירן די טמא'נע וואסער, איז דען נישט געניג אפציוואשען די הענטל פון די טעפל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 03:04 לינק ישיר 

עס איז פשוט אז מ'דארף נישט אין איך מאך עס קיינמאהל נישט בפרט ווען מ'שטייט אין די רייע אונטער מיר.

די סיבה פאר וואס מ'גיסט צוויי מאהל ביי נטילת ידים איז ווייל די מים ראשונים ווערט טמא קומט די צווייטע גיס און אין "וואשט" אוועק די מים ראשונים מיט מים טהורים.

אויב מ'האט נאר איין רביעית מיז די הענט זיין טריקען ווייל ער האט נישט א צווייטען רביעית אפ צו וואשען די מים ראשונים. דאס הייסט ביי נטילת ידים איז דער צווייטער גיס דער מטהר. איז קלאר אז אויב מ'גיסט א רביעית או יותר מיז נישט די הענט זיין טריקען.

דאס וואס אדמורים ביים טיש האבען געטריקענט די הענט קען זיין זיי מאכען עס לרווחא דמילתא ס'איז זיכער נישט קיין שום הלכה בזה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-29/3/2006 04:05 לינק ישיר 

דיפלאמאט, יוחי.

עס איז נישט אינגאנצן אזוי, דאס ווישן איז נישט בלויז ווייל די וואסער זאל נישט טמא ווערן, וואס פאר דעם איז לכל הדיעות גענוג אז עס זאל נישט זיין קיין בעין פון וואסער.

דאס ווישן איז לכאורה בעיקר כדי אראפצונעמען די מינדסטע חציצה, ולאו "ווישן" שמי' אלא "רייבן", כלומר ער רייבט אראפ יעדעס שפרענקעלע וואס דוכט זיך אים אז עס האט זיך דארט אנגעקלעבט (זאג אים נישט אויס אז ער האט יעצט באקומען נאך צוויי שמוצלעך פונעם רעקל, ווייל ער וועט נאר שטיין דא נאך א שעה...).

עס איז גאנץ מעגליך אז דאס איז א פרישע ווערסיע פון OCD רח"ל... פרעגט אייך נאך ביי די פסיכאלאגן, פסיכיאטארן, גראפאלאגן, וכל שום וחניכא דאית להו, וויפיל פרויען ליידן נעבעך פון די קרענק ביי זייערע חציצות, וד"ל. עס קען נעמען שעה'ן בלי שום גוזמא.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-29/3/2006 08:10 לינק ישיר 

איך מיין אז אין דעם אויבנדערמאנטן פסקי תשובות רעדט ער יא ארום די חשיבות פון די רביים וואס טוען דאס. אפשר ווייל ער וויל נישט אוועקמאכן זייער הייליגקייט...

נו, אפשר קען איינער עפענען דעם שענקל און אהערדערלאנגן דעם הייליגן פסקי תשובות?

בא ללמד, וואויל געזאגט. דאס זיך רייבן און אפבייסן די הענט איז דערנערווירנד.

דרך אגב, איז דא נאך א זאך א מין מנהג זיך טמא מאכן פארן וואשן נטילת ידים. א עקסטערע שמועס.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/4/2006 16:54 לינק ישיר 

אין ספר מנהג ישראל תורה חלק א' סימן קסב רעדט ער ארום דערוועגן. וועל איך האב צייט וועל איך עס ארויפקלעבן אהער.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > מוז די הענט זיין טרוקן בשעת נטילת ידים?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext