קריאה נרגשת------
נעכטן ביינאכט איז מיר אויסגעקומען צו רעדן מיט א חשובע ערליכע פרוי, זי דערציילט מיר ווי קוים מיט צרות האט זי חתונה געמאכט איר זוהן, אן קיין אנדערן ברירה , האט זי געמיזט אים לייגן ביי א שווערע שווער ווי אשר זאב גרין, זי האט געמיינט אז זי קומט אן למנוחה ונחלה, אין יעצט שוד ושבר, אנהעצנדיג פון זיין באוואוסטן קאזן (יוסף 90) האט ער זיך באנארישט אין אנגעהויבן צו שעלטן ר' אהרן קבל עם ועדה, פארשטייט זיך אז זייט דעמאלטס האט נישט דער אינגערמאן קיין טאג און קיין נאכט, ער ליידט צרות צרורות פון די ארונים אין בני ברק פארן זיך וואגן צו שעלטן אין בית מדרש הגדול זייער רבין.
זיין ווייב האט געסטראשעט מיט אנטלויפן פון שטוב אויב די טעראר וועט זיך נישט אפשטעלן,אין מיט הייסע טרערן האט מיר די מאמע געוויינט , וואס טוהט מען?? מיין זוהן האט זיך באנארישט אין ער ווייסט דאס. וואס קען מען טוהן די טעראר קעגן זיינע נארישע דיבורים זאל זיך אויפהערן???
אין וויבאלד איך ווייס די גדלות פון שלום בית וואס אפילו די מזבח לאזט טרערן איבער דעם. האב איך געבעטן פון דער יונגערמאן אן התחייבות בכתב , דאן האב איר געשיקט צו חזקל ראטער זי זאל אים אויך איבערגעבן די הבטחה פון איר זוהן אין די הסתייגות און הבטחה מער נישט פוגע זיין די כבוד פון ר אהרן.
דעריבער בעט איך אייך בכל לשון של בקשה: דער אינגערמאן האט זיך מתנצל געווען אין מביע געווען חרטה,ער האט געקלינגען אין מבטיח געווען קבלה לעתיד, דעריבער גיבט אים די צ'אנס אין גלייבט אים די לעצטע מאל, פליז פליז האט רחמנות אויף א אידישע משפחה און הערט אויף אים דערגיין די יארן. גלייבט מיר אז ער וועט זיך מער נישט וואגן צו העפענען זיין מויל.
תזכה למצוות.
 |
|
|