בית פורומים שיעור עיון

בחנוני נא בזאת

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-25/5/2006 01:38 לינק ישיר 

מפוקל. באמת האב איך מורא אויב איך וועל ענטפערן וועט מען מיר נאך מכבד זיין צו פרעגן ווייטער, אבער... 1) סי' קסח-קסט אין יו"ד. 2) זאג דו (און פרעג דערנאך ווייטער די קשיות...)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/5/2006 02:47 לינק ישיר 

דעת ותבונה

מאך נישט בעסער

נטילת ידים = יא
נעגל וואסער = ניין



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-25/5/2006 18:31 לינק ישיר 

בא ללמד, ונמצא למד!

צוגעטראפן אויף שאלה א, און יו"ד הל' רבית.

תשובה אויף שאלה ב':

ר' משה יהושע העשיל פון טארניגראד איז געווען א ברודער מיט ר' יעקב משולם אורנשטיין דער "ישועות יעקב", ער האט געהאט נאר איין זוהן וואס איז נפטר געווארן אינגערהייט.

ווען ער (רמי"ה) איז נסתלק געווארן, האט דער ברודער דער "ישועות יעקב" באויפטראגט די צוויי שוואגערס ר' יוסף שאול נאטאנזאהן דער "שואל ומשיב", און ר' מרדכי זאב איטינגא בעמח"ס מאמר מרדכי (וואס זיי זענען געווען נעפיוס פונעם ישועות יעקב ווייל זייער טאטע/שווער ר' יצחק אהרן איטינגא איז געווען אן איידעם ביים ישועות יעקב'ס פאטער ר' מרדכי זאב), צו דרוקען זיין ספר "ים התלמיד" אויף מס' בבא קמא, ווי זיי האבן מוסיף געווען זייער פירוש " מפרשי הים", א נאמען מיט וועלכע זיי זענען פארבליבען פאראייביגט אלס די "בעלי מפרשי הים" עד היום הזה.

אגב, דאס איז געווען די ערשטע פון א סעריע ספרים וואס זיי האבן צוזאמען מחבר געווען, ביז ס'איז געווען נתפרדה החבילה מחמת סיבות שונות שאין כאן מקומו להאריך, ועוד חזון למועד. תוקן על ידי - mefikel - 25/05/2006 18:33:40



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 18:45 לינק ישיר 

שאלות נוספת:

ג) וועלכע פריערדיגע גדולים בתנועת החסידות ואדמורי"ם, האבן מחבר געווען ספרים אויף ש"ס שו"ת וכדו'?

ד) ביי וועלבע פון די ספרי הראשונים טרעפט מען אן אנדערן סדר און די מנין פרשיות השבוע, ווי דאס וואס איז אנגענומען היינט בכל תפוצות ישראל? 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-25/5/2006 21:51 לינק ישיר 

רשימה חלקית רק מאדמו"רים שהנהיגו עדה בדורם

א)
רב ייבא
מאיר נתיבים
הרב בעל התניא
קדושת לוי
עבודת ישראל
גבעת פנחס / הפלאה 
באר מים חיים - ראה תחילת סידור של שבת- מאי האי דקיימא לו שעתא- דלמא לא ידע בצורתא דשמעתא
מראה יחזקאל
סדרי טהרות / רדזין
צמח צדק
השיב משה
חידושי הרי"ם
אגרות שפירין / מגיד תעלומה.
שפת אמת (תשובות?)
אבני נזר
דברי חיים
מעגלי צדק
דברי יחזקאל
אבני צדק
שלחן הטהור/אוצר החיים
דעת משה (בויאן)
מנחת אלעזר
דרכי תשובה
שם משלמה
דעת קדושים (בוטשאטש)
דברי יציב
חקל יצחק
דברי יואל
אמרי נועם
עטרת ישועה


ב) הרמב"ם מנהיג בני ארץ ישראל?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2006 00:08 לינק ישיר 

באטשי,

תודה על השלל של אינפורמציה,

בבקשה, הוסיף פרטים על המחברים וספריהם, לדוגמא:

הרה"ק ר' משה ט"ב מאוהעל ז"ל - בעהמח"ס ישמח משה, ושו"ת השיב משה

טוב מעט באיכות, מהרבה בכמות



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 01:05 לינק ישיר 

זו רשימה חלקית, כתבתי מה שעלה בזכרוני

אני בטוח שישנם עוד

למשל מאדמו"רי פולין ורוסיה שאינני מודע אליהם

כשתסתיים הרשימה, נשכור שנינו ביבליוגראף , ויסדר דבר דיבור על אופניו שמו ושם אביו ושם עירו ושם חתנו, שנת לידתו ופטירתו, יום פטירתו המשוער ויום ההילולא, מקומות ששימש ברבנות, מנין חסידיו והפארענטשאות, תלמידיו ומתנגדיו.

מה עוד?




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2006 01:16 לינק ישיר 

נשכור שנינו?

כמה השכר?

איהיה אני הביבליוגרפ ותשלם לי, בסדר?




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 01:33 לינק ישיר 

מען קריכט אוועק פונעם ענין... מפוקל די צווייטע שאלה קוקט אויס גאר אינטערסאנט, איך ווארט מיט נייגער אויף א תשובה. אבער די ערשטע איז דאך אין לדבר סוף. אויך דארף מען אינאכט נעמען אז שפעטער ווען די אונגארישע אדמורים האבן זיך מער מחבר געווען צום תנועת החתם סופר איז שוין נישט געווען קיין חידוש -איך רעד אין אונגארן- אז א אדמו"ר זאל ארויסגעבן א לערנען-ספר. אזוי דענק איך. ווי איך האב שוין געשריבן איינמאל איז די שולחן ערוך הרב געווען א חידוש עצום וואס האט אין זיינער צייט אויפגעטרייסלט די חסידישע וועלט. זיינע אנדערע ספרים מיט די שולחן ערוב הרב זענען ווייט כרחוק מזרח ממערב פונעם פרד"ס שטאנדפונקט. ליתר פרטים קוק אריין אינעם הקדמה צום תניא מהדורת קה"ת.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 04:01 לינק ישיר 

דעת ותבונה

א) חוץ אונגארן איז "אויך" געוועהן א וועלט - אזוי ווייזט אויס

ב) בימי התניא איז נאך נישט געוועהן דער מושג "חסידישע וועלט"




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2006 05:58 לינק ישיר 

אוודאי אזוי, נאר איך בין פשוט נישט באקאנט אין די היסטאריע פון אנדערע פלעצער. אדרבה דאס זאלסטו זאגן. איך וויל נאר בסך הכל ארויסברענגען אז אין אונגארן אליין איז די ליסטע מעכטיג גרויס.

ב) דו ביסט גערעכט, און איך האב זיך ממש אויסגעדרוקט דאס פארקערטע וואס איך האב געוואלט. ווייל בעיקר האט עס ערשטוינט די מתנגדים.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/5/2006 15:32 לינק ישיר 

דעת,

די תירוץ אויף די צווייטע שאלה איז, אז דער ספר החינוך אינמיטן פרשת משפטים פאנגט זיך אן א נייע סדרה, "פרשת אם כסף" (ביים פסוק אם כסף תלוה).




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-26/5/2006 17:57 לינק ישיר 

מפוקל

שקויעך גדול,

וועלכע מסכת אין בבלי פעלט אונז היינט?
 
(הינט: סאיז איינגעשלונגען געווארן דורך אצווייטע מסכת)

דעת ותבונה

"מעכטיג"  "גרויס" ?

מרעט דא נאר פון אדמו"רים מחברי ספרים על הש"ס אדער שו"ת

וואס איך "געדענק" פון גרויס אונגארן


מונקאטש - דריי
ספינקא - צוויי
דעש
סאטמאר
סיגעט
קלויזנבורג - (געשריבן תשובות ולא נשאר רק אחד)
פאפא (אם התנהג באדמו"רות)
ליסקא


געפירט ישיבות
האבן אויך:
קאסאן
טאש
קאליב

די ליסטע רירט נאך נישט אהן "גרויס"
סזעט נאך נישט אפילו  "מעכטיג" פאר די אויגען




דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-26/5/2006 21:38 לינק ישיר 

באטשי

מיינסט אפשר א באזונדערע פסח שני?


מפוקל

אגב, די עקסטערע פרשה פון אם כסף מלוה איז נישט נאר פון חינוך, נאר פילע ספרדישע חברה ,, ווי דער רבינו בחיי, וואס האבן אנגענומען אז מ'רעכנט דעם אם כסף תלוה אלס באזונדערע פרשה, (כדי אוועקצונעמען דעם פראבלעם וואס צו לייינען איינמאל אין אסאך יאר ווען שבת הגדול קומט אויס מצורע (נישט ווי געווענליך וואס אין א עיבור יאר שבה"ג קומט אויס אין תזריע,) ) 
*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/6/2006 18:27 לינק ישיר 

איינער האט מיר נעכטן געפרעגט זייער א אינטערסאנטע קשיא: ווען קען אויסקומען ווען מען ליינט אינדערוואכן מאנטאג און דאנערשטאג די פרשת השבוע, אז מען זאל נישט אנהייבן פון פאר שני, נאר אינמיטן די סדרה?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > בחנוני נא בזאת
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.