פרישע נייעס!!! הגאון הצדיק אבדק"ק סאטמאר-בארא פארק שליט"א מיט זיין חשוב'ן זוהן הגה"צ ראש ישיבת מהרי"ט ד'סאטמאר-בני ברק שליט"א האבן אפגעשטאט א באזוך ביי כ"ק מרן רבינו שליט"א אין שפיטאל, און האבן ליידער צוגעזהען זיין שוואכן מצב הבריאות און אויך ליידער די נידערטרעכטיגע און קאלטבלוטיגע התרשלות פון די משתבקי"ם
נעכטן שפעט ביינאכט נאכך די געהויבענע שמחת התנאים אין קרית יואל, האט דער סאטמאר בארא-פארק'ער רב, חתנא דבי נשיאה שליט"א געפארן באזוכן אין שפיטאל זיין גרויס'ן שווער כ"ק מרן רבינו שליט"א וואס איז מוטל על ערש דוי, אזוי אויך זענען מיטגעפארן זיין חשוב'ער זוהן פון א"י הגה"צ רבי חיים צבי מייזליש שליט"א סאטמארער ראש ישיבה אין ב"ב, מיטן איידעם הרב יואל האלבערשטאם שליט"א, אין באגלייטונג פון הנגיד הנכבד ר' משה יוסף פרידלענדער הי"ו.
אריינקומענדיג אינעם צימער פונעם רבי'ן שליט"א האט זיך פאר זיי אנטפלעקט א שוידערליכן בילד, דער רבי שליט"א ליגט נעבעך מאכטלאז ווען זיין שווערן מצב הבריאות איז קענטיג אויף זיין בלייכן געזיכט, און צו זייער גרויסן שאק דערזעהן זיי אז ליד מיטתו זיצן נישט מער ווי צוויי ליידיגייערס פון די עבדים לעבד לעובדי ה' (!) מענדל ברילל מיט שלום יוסף דייטש, און זיי זענען פארזונקען אין א טיפן פאפף, וויגלייך זיי זיצן דא אויף א פליגער אונטערוועגנס, אזוי ווייט אז אויך נאך וואס זיי האבן פארברענגט דארט צען מינוט און געזאגט תהלים לרפואתו פונעם רבי'ן האבן די צוויי מלאכי חבלה אפילו זיך נישט דערוועקט און באמערקט בבואם ובצאתם אל הקודש.
דער בארא-פארק'ער רב מיט זיינע קינדער האבן זיך נישט געקענט בארואיגן צוזעהנדיג נעבעך ווי דער ספר תורה שרוי בצער, און אנשטאט וואס די צענדליגע אייניקלעך יוצאי חלציו זאלן קענען צווישן זיך איינטיילן אין משמורות צו קומען זיצן לעבן מיטת חליו און איינרייסן באמירת תהלים (אזויווי יעדע פשוט'ע משפחה פירט זיך אין אזא פאל), איז ער נעבעך ארומגענומען מיט פוסטע און קאלטע מענטשן וועלכע באמיען זיך אפילו נישט כאטשיג צו זיין וואכזאם צו יעדן מצב, עס קיצלט זיי נישט שלאפנדיג א שינת ישרים נעבן דעם צדיק הדור, אפילו אויף אזויפיל צו זעהן ווער עס קומט אריין און ווער עס גייט ארויס, ה' ירחם.
מורי ורבותי! טראכט אריין, דער רבן של רבבות אלפי ישראל, רבן של כל בני הגולה, נשיא העדה החרדית און נשיא התאחדות הרבנים, דער גרעסטער רבי און מנהיג אינעם היינטיגן דור ליגט נעבעך אין שפיטאל מיט א שווערן און שוואכן געזונט צושטאנד, וואס למעשה וואלט ער קיין איין מינוט פונעם מעת לעת נישט געטארט זיין אן קיין מנין חסידים מקורבים ובני משפחה וועלכע זאלן זאגן תהלים איינגעטיילט אין משמורות. אבער לאמיר מוותר זיין אויף אזא פלאן ווייל די מקורבי החסידים זענען דאך היינט די שונאים און טארן נישט אריינגעלאזט ווערן צו איהם, און די היינטיגע נייע א.ג. חסידים ווער פון זיי וועט אוועקגעבן זיין שלאף פאר'ן כבוד פון רבי'ן ה"י, און אזוי אויך די געטרייע בני המשפחה זענען ווידער שונאים וואס טארן נישט צוגיין צו איהם, איז במילא איז נישט דא קיין ברירה נאר צו נעמען צוויי ליידיגייערס משומרי הסף זיי זאלן באוואכן דעם רבי'ן אין שפיטאל, אבער רבש"ע די צוויי קאלטבלוטיגע משמשים זענען דאך איינגעזונקען אין א טיפן שלאף, און דער מנהיג ישראל ליגט נעבעך ווי א מלך אביון אן וואס איינער זאל זיך אומקוקן אויף איהם, שומו שמים ותסמר שערות אנוש!!!
מ'קען זיך אפשר אביסל טרייסטן מיט די גמרא אז שינה לרשעים טוב להם וטוב לעולם, ווייל מיט דעם וואס די צוויי רשעים זענען געשלאפן האבן די חשוב'ע און געטרייע בני המשפחה געקענט זיך אריינכאפן צו זייער אייגענעם זיידן און זיך ארויסכאפן מיט אפאר קאפיטלעך תהלים לרפואתו השלימה.
און צו ענק בן פראדל און די שני בני רבינו: איהר ווילט שלאפן זייעהר גערן, עס גייט ענק נישט אן וויאזוי דער רבי ליגט נעבעך אין שפיטאל, אבער כאטשיג לאזט צו די געטרייע חסידים און בני המשפחה צו באוואכן דעם רבי'ן על מיטת חליו, שטעלט נישט דארט קיין ליידיגייערס און פעפערס זאלן דארט זיך אויסשלאפן און נישט וויסן מי יוצא ומי בא.
איינער האט זיך נעבעך אויסגעדריקט אז ווען בן פראדל וועט הערן פון די מעשה וועט ער שעלטן כדרכו די צוויי ליידיגייערס פארוואס זיי זענען אזוי טיף געשלאפן אן קיין אחריות, אבער נישט אויף די אום אחריות'שאפט אויפן רבי'ן, נאר אויף די אום אחריות'שאפט אז די געטרייע בני המשפחה האבן זיך געקענט אריינכאפן צו א בליק טהון אויף זייער ראש המשפחה...
תוקן על ידי - jhhoruyr - 03/04/2006 17:33:48
 |
|
|