| נשלח ב-31/3/2006 20:10 |
|
| |
איז דא א היתר צו וואטשען מואוויס?
אין קרעטשמע (קוק דא: http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1579177) זעט מען וויפיל אידן זענען פארנומען מיט זען פארשידענע מינים מואוויס, איז וויכטיג אז מען זאל וויסן די הלכה דערפון, און אויב איז בכלל דא א היתר דערצו.
איך רעד נישט וועגן ביטול תורה ווייל אויך סתם שמועסן איז ביטול תורה, אבער ביי אונזערע עלטערן מיין איך האט מען נישט געזען אזא זאך.
איז דא אזא זאך ווי מען זאל קענען אויסוועלען וועלכע מואווי יא אדער נישט צו זען?
|
|
|
|
| נשלח ב-31/3/2006 21:54 |
|
| |
סתם שמועסן איז נישט קיין ביטול תורה מיט א הכנה, אין בכלל קען אמאל אויספעלן פאר די נערווען צו שמוסן, ווי האב איך אמאל געהערט ? במיעט שיחה , אביסל פעלט אויס.
איך ווייס, איך ווייס מאוויס פעלט אויך אויס פאר די נערווען, ניין?
איך רעד נישט וועגן אנדערע פראבלעמען
|
|
|
|
| נשלח ב-2/4/2006 18:53 |
|
| |
די קעפל פון דיין שאלה שטעלט אוועק א פרינציפ אז זייענדיק א איד איז אלעס אסור בהחלט, נאר עס זענען דא פארשידנע זאכן וואס זענען מותר, וו.צ.ב.ש. אטעמען, שלאפען, און זיצען.
איך וואלט אנדערש פארמירט די שאלה, "איז דא א איסור צו וואטשען מאוויס?"
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 00:49 |
|
| |
שולחן ערוך אורח חיים סימן שז סעיף טז מליצות ומשלים של שיחת (נח) חולין ודברי חשק, כגון ספר עמנואל, וכן ספרי מלחמות, אסור לקרות בהם בשבת; ואף בחול אסור (נט) כב משום מושב לצים (תהילים א, א), * כג ועובר משום אל תפנו אל האלילים (ויקרא יט, ד) לא תפנו (ס) אל מדעתכם; ובדברי חשק, איכא תו משום מגרה יצר הרע; ומי שחיברן ומי שהעתיקן, (סא) וא"צ לומר המדפיסן, * מחטיאים את הרבים. הגה: ונראה לדקדק הא דאסור (סב) לקרות בשיחת חולין וספורי מלחמות, היינו דוקא אם כתובים בלשון לע"ז, (סג) <יג> אבל כד בלשון הקודש, (סד) שרי. (וכנ"ל מלשון שכתבו התוספות פרק כל כתבי, וכן נהגו להקל בזה).
מגן אברהם על שולחן ערוך אורח חיים סימן שז סעיף טז משום מושב לצים - וה"ה ההולך לטרטיאות וקרקסיאות (טיאטער וסירקוס) והם מיני שחוק כדאיתא בע"א דף י"ח ומיני תחבולה ולא ידענא מי התיר להם בפורים ואפשר שנמשך להם משחוק שעושים זכר לאחשורוש ועבב"י בח"מ סימן קס"ג ס"ט:
|
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 03:56 |
|
| |
נא, וואס טיט זיך מיט א מאווי אויף לשון הקודש, איז לויט דעם גרינגער?
לויט ווי איך געדענק זאגט דארט די ט"ז אדער די מ"א אז לה"ק איז די זעלבע איסר, נאר פארצופל איז ספר עמנואל געשריבן בלשון לע"ז. איך וועל שפעטער נאכקיקען.
|
|
|
|
| נשלח ב-3/4/2006 09:25 |
|
| |
קוטשמע.
איך האב א שטארקן פארדאכט אז דו האסט נישט גרונטליך אדורכגעלערנט הל' שבת...
פון וואו איך ווייס ?! מאך דיר נישט קיין בושות און פרעג מיר נישט ברבים (און ניין, קיין שייכות מיט דעם ציטאט פון יוחי, וואס איז גראדע שטארק במקומו).
בנוגע די מואווי שאלה פעלט זיך אויס א לאנג'ס און א ברייט'ס, וואס איז זיכער נישט פאסיג האלב דריי ביינאכט נאכן פארברענגען עטליכע שעה (איך זאג נישט וואו).
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 01:31 |
|
| |
קוטשמע,
דער טעות פון מיינען אז אלעס איז אסור ווערט דערמאנט אין מדרש.
אין מדרש תנחומא די וואך (פ' שמיני ח') שטייט אזוי: ...שלא יטעך יצרך לומר שכל דברים טובים אסר הקב"ה לישראל אמר הקב"ה כל מה שאסרתי לך התרתי לך כנגדו, כיצד... עיין שם.
(קען זיין אז אויך די נייע מאווי 'געשעפט' איז איינע פון די זאכן וואס איז 'היתר כנגדו' אויב סתם מאוויס זענען אסור.)
|
|
|
|
|