נשלח ב-31/3/2006 21:08
אין קאווע שטיבל איך טראכט שויך היבש לאנג פון די איידיע, און יעצט אזוי ווי אינדערהיים איז דא היבש ארבעט און פון צייט צו צייט שאדט נישט זיך אויסצולופטערן, עפן איך דעם אשכול קודם מיט א דעבאטע צו דער עולם האלט דערפון. דער ציל פון דעם אשכול איז, אזוי ווי א שמועס און קאווע שטיבל. מקווה . היכל התורה . א.א.וו. ווען איינער האט אפאר איבעריגע מינוט, אדער וויל זיך סתם אזוי אויסלופטערן קען אריין קומען אין שטיבל, כאפן א קוק מי ומי ההולכים און מאכן א שמועס פון עני טינג און עוורי טינג אמאל א נייעס אמאל פאליטיק, דאס איז נישט געבינדן צו קיין איין אנדערן אשכול, אדרבא מ'קען דא אויך שמועסן פון א אשכול וואס מ'האט געזען אויף היידפארק און קאמענטירן דערויף א.ד.ג. דער סיסטעם אין דעם אשכול וועט זיין אז : א שמועס האלט אן נאר אזוי לאנג ווי די ארגינעלע שמועסער זענען דא ווען זיי גייען ענדיגט זיך דער שמועס מ'קומט אריין אין שטיבל און מ'פרעגט איינער איז דא ? און מ'ווארט צו הערן אויב איינער ענפערט מ'שמועסט ווי לאנג מ'וויל ( ווען איינער איז נישט נייגעריג, מיז ער זיך נישט צושטעלן ) און ווען מ'ענדיגט זאגט מען אזוי ווי געווענליך, אוי איך יאג מיך זייער . אדער אקעי זיי געזונט מיר וועלן נאך רעדן . און דער שמועס איז פארטיג ווען איינער פון די שמועסער בלייבט אליין. און יעצט לאמיר הערן פונעם חשוב'ן עולם צו מ'האלט דערפון , צו ס'קען זיך אויסארבעטן ? און אויך הערות אדער פארלאנגען וואס די שמועסער דא וועלן זיך צו דעם דארפן צושטעלן נו רבותי לאזט זיך הערן ,וואס זאגט איר דערצו?
נשלח ב-1/4/2006 00:08
ס'איז א גוטע איידיע, דער פראבלעם איז נאר אז דו האסט עס אנגעטראגן אין א פרייטאג, ווען ס'זענען דא ווייניג מענטשן אויף היידפארק.
נשלח ב-1/4/2006 00:12
ווער איז נאך דא יעצט
וואס טוט זיך
נשלח ב-1/4/2006 00:23
א גוטן אלעס אמת
נשלח ב-1/4/2006 00:24
איך בין יעצט דא אבער שנעל איך יאג מיך
נשלח ב-1/4/2006 00:26
איך זיך אלעס אמת ער זאגט אז ער קען יא זען גוגל פרעג איך אים צו ער קען עס דאונלאודן און ארויפלייגן אויף רעפידשער איך האב אנגעצויגן מיט א דיילאפ קאענעקשאן ביז 35 MB און איך לייג עס יעצט ארויף אויב דו קענסט לייג די איבעריגע
נשלח ב-1/4/2006 00:29
א גיטן פאטאקי
איך קען עס נישט לייגן ווייל ס'איז 233Mb
זיי א נארמאלע מענטש און געב א קלינג אן Jnet און אלע צרות וועלן זיך ענדיגן
נשלח ב-1/4/2006 00:31
מאנרא
איך בין אויך זייער פאריגט ס'איז פרייטאג פאר פסח אינז וועלן רעדן נאך שבת אי"ה
נשלח ב-1/4/2006 00:32
קודם JNET איז יעצט פארשפארט אויב דו האסט עס שוין אין דיין קאמפ. קען איך דיר צושטעלן א סלייסער אויב די ווילסט די קענסט עס סלייסן אזוי אז עס זאל אויסקומען נאך 35 MB און לייג צו נאך א שטיקל ווילסט?
נשלח ב-1/4/2006 00:35
ס' מאכט נישט קיין סענדז אז ס'איז 233 MB איך האב עס ביז 3.25 מינוט איז עס נאר 35 MB די גאנצע איז נאר 8.50 מינוט
נשלח ב-1/4/2006 00:38
ניין איך האב נישט קיין צייט
און אויב איך מעג פרעגן איך זעה אז די האסט עס שוין און דיין קאמפיטער ווי אזוי האסטו עס געשאפט??
נשלח ב-1/4/2006 00:43
איך האב דיר שוין פריער געזאגט איך האב עס דאונלאודעד מיט א דייל אפ איבער א שעה האט ער אנגעצויגן ביז 35 MB
נשלח ב-1/4/2006 00:48
א גוט שבת
נשלח ב-2/4/2006 18:43
א גוט מארגן נו וואס טוט זיך? ס'איז שוין 12:00 נישט 11:00
נשלח ב-2/4/2006 19:01
האט איר געוויסט אז: פון נעקסט יאר גייט מען ריקן דעם זייגער, ווינטער, א וואך שפעטער, (דעם ערשטן זונטאג אין נאוועמבער), און זומער, מיט דריי וואכן פריער, (דעם צווייטן זונטאג אין מארטש), דאס הייסט אז תשס"ז וועט מען בעזהשי"ת ריקן דעם זייגער כ"א אדר, און תשס"ח וועט מען ריקן דעם זייגער ב' לחודש אדר ב', און מען וועט אי"ה האבן א לענגערן פורים וואס וועט אויספאלן עש"ק פרשת צו, (פורים המשולש).
נשלח ב-3/4/2006 00:34
לאמיר נעמען א קאווע איז דא איינער מיט וועם מ'קען שטיין אין ווארט ? אויב יא א גיטן טאג , וואס איז נייעס ? ברענג ארויף עפעס א טאפיק איך האב נאר אפאר מינוט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
1 2 3 1 2 3 סך הכל 3 דפים.
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.