קערי.
אביסל פאקטן, אויב דו האסט א פראבלעם מיט זיי, קען איך דיר נישט העלפן.
- איין משוגענער האט געווארפן פאשקעווילן, די גערער זענען געווען ביי ר' יושע ראזענבערגער פרייטיג און ער האט זיי געזאגט דעם נאמען, און ער האט זיי קלאר געזאגט אז זיי קענען טון מיט יענעם וואס זיי ווילן.
- אין סאטמאר האט מען קיינמאל נישט געשלאגן קיין בעלזער, די קנאים אין ירושלים האבן נאר צוריקגעשלאגן די בעלזער טעראריסטן, ווער עס קען בעלז, אדער היסטאריע, וועט קלאר מודה זיין אז איך בין גערעכט.
- אין סאטמאר איז נאך קיינמאל נישט געווען אזא זאך אז מען זאל אריינגיין אין א פרעמדע ביהמ"ד און דארט שלאגן איינעם וואס האלט אנדערש ווי מיר.
- עס איז יא מערערע מאל פארגעקומען צוזאמענשטויסן אין וויליאמסבורג קעגן אזוינע וואס האבן גערעדט מיאוס אקעגן מרן רביה"ק, און איך וואלט דיר געראטן אז דו זאלסט ארויסנעמען די פאשקעווילן וואס זענען דאן ארויסגעקומען, און עס יעצט איבערדרוקן בשינוי שם...
|
|