זיי האבן ארויסגעגעבן א הגדה פון די תורות פון ר' זלמן לייב, אבער נאכן דרוקן האט מען זיך געכאפט אז ס'איז א פלאצקער הגדה, אלע תורות איז גע'גנב'ט פון דארט..
לענינינו, די הגדה ברך משה, האט יעצט צוויי קליינע חסרונות, ווי ס'קוקט אויס האט מען זיך געיאגט עס ארויסצוגעבן.
קליינע אותיות, און מ'זעהט נישט אזוי שנעל ווי ס'הייבט זיך אן א ניי תורה.
אבער די רעיונות, חידושים איז עפעס להפליא, לדוגמא ביי מכת ארבה, ווי אויך ביי בכל דור ודור חייב אדם וכו', שפעטער ביי שיר השירים, מלא געגועים לאבינו שבשמים, שטארק ווארים.
ווי אויך די תורה ביי ברכת המזון פונעם אני מאמין וכו' בביאת המשיח, און די קשיא פון "ואף על פי" וכו' , וואס דער רבי האט אזויפיל מאל גע'חזרט מיט אונז, ובפרט אינעם שווערסטן מעמד ביים לעצטן דרשה ברבים, ווען מיר זענען געווען צוזאמען און דער רבי האט ברוח קדשו געזעהן ליידער וואס מ'טוט מיט אים, האט דער רבי דאס איבער'גע'חזרט אזויפיל מאל. פיל מיט אמונה, ווי ס'פאסט פאר אזא הייליגע נאכט.
הלואי רבוש"ע האבן מיר שוין נאכאמאל די זכי' דערצו
לשנה הבאה בירושלים
|
|