געקומען די רייע אויף וויזניץ
וויזניץ מאנסי האט קיינמאל נישט ארויסגעגעבן קיין טעיפס. אבער וויזניץ ב"ב פלעגט כסדר
ארויסגעבן טעיפס פון פרישע ניגונים באגלייט מיט אלטע ניגונים פון האמרי חיים מוויזניץ, ולמעלה
בקודש.
די ניגונים פון ויתנו לך כתר מלוכה, און אויף די זעלבע טעיפ כבודו מלא עולם וואס מען הערט דעם
וויזניצער רבין עס אליין זינגען (א חידוש נפלא אויף א קאסעטע, וואס איז שוין נאכקאפירט
געווארן אויף אנדערע טעיפס). אויך איז דא די באקאנטע וויזניצער הללוקה אודה. (דער אינגל אויפן
טעיפ ליגט מיר גוט אין די ביינער...).
וויזניץ דארף ארויסקומען מיט א טעיפ פון אלע אלטע ניגונים אז די וועלט זאל הנאה האבן.
די שבת'דיגע קה אכסוף (מער א באגריף ווי א ניגון). די ברוך אלקינו שבראנו לכבודו (א ניגון
וואס איז מוראדיג התרגשותדיג). מנוחה ושמחה. נענועים. ועוד ועוד.
וויזניץ, מען ווארט אויף אייך!
|
|