ס'איז טאקע געווען וועגען ווערים, אבער נישט אזוי גלאט ווערים, דא שפילט זיך אפ א גאנצע געשיכטע מיט א יונגערמאן, וואס ער פארקויפט שוין יארען לאנג גרינס מיט לעטוס'ן וואס דארף צו הייסען ריין פון ווערים, אבער דערווייל איז עס ליידער גאר צווייפלהאפטיג, ער האלט אין איין טוישען השגחות, יעדע מאל וואס איין בעל מכשיר נעמט אראפ די השגחה, עפענט ער עס צוריק אויף א צווייטע נאמען, און ער טרעפט כסדר עפעס אפגעפרעגטע בעלי מכשירים וואס פרייען זיך צו אפאר דאלער
אנהייב ווינטער האט ער געהאט א געוויסע השגחה, מ'האט געמאכט א אסיפה ביי קארעלסבורגער רב שליט"א, און יענער רב איז אויך דארט געווען, און ער האט תיכף אראפגענטמען די השגחה, און ס'איז ארויסגעקומען א גרויסער קול קורא מיט אריבער דרייסיג חשוב'ע רבנים, ביז נישט לאנג צוריק איז ארויסגעקומען דער זעלבער שייגאץ אונטער א נייע נאמען וואס הייסט "רעדי פעק" און גענומען דערצו אלס בעל מכשיר ר' שלמה קעניג א זון פון יאקע רב און בשותפות פיטערען זיי פאר'ן אומשולדיגען עולם ווערים צו עסען
קארעלסבורגער רב האט דאס געהערט האט ער אראפגערופען מומחים אין ווערים, און זיי האבען געעפענט עטליכע פעקלעך פון די פראדוקטען, און ער איז עגווארען נבהל ונשתומם פון די שרעקליכע בילד, די גרינסען זענען געווען פול מיט ווערים!
ער האט געמאכט א עמערדשענסי אסיפת הרבנים אויף מוצש"ק ביי זיך אין ביהמ"ד, ווי די משגיחים האבען געעפענט פרישע פעקלעך פון די זעלבע "רעדי פעק" קאמפאני מיט קעניג'ס השגחה, און אלע רבנים האבען מיט זייערע אויגען געזען די ווערים, און וואס דא גייט פאר, און זיי האבען געפערליך פארפירט, אז פאר אפאר דאלער איז גרייט א ביזנעס מאן צו פארקויפען טריפה סחורה, און מכשיל זיין אומוויסענדע יודען מיט הונדערטער און טויזענטער לאוין, און איינער וואס רופט זיך א רב און ראש הכולל איז דער מסייע לעוברי עבריה
ווי איך האב געהערט דארף ארויסקומען א פרישער קול קורא אויף דעם קאמפאני,
תוקן על ידי - ALLNEWSPIC - 03/04/2006 23:11:53
 |
|
|