זייט נעכטן נאכמיטאג, גייען אן פארהאנדלונגען פון ביידע זייטן, אז על כל צרה שלא תבוא, זאל אלעס דורכגיין מיטן גרעסטן מאס כבוד און דיגניטי פאר'ן רבן של ישראל, און ביידע זייטן זאלן אוועקלייגן זייערע פאליטישע אינטערעסן אין א זייטן, כדי אפצושוינען דעם כבוד פונעם רבי'ן, און טוהן א חסד של אמת מיט'ן רבין.
פון די אהרונים איז דער מתווך מרדכי ווייס פון סיגעיט. א נאענטער ידיד פונעם רבי'ן פאר קרוב צו 40 יאר.
פון די זאלונים איז נישטא איין מתווך. עס זענען דא בערך צען משה פרידמאן אליעזר קעסטענבוים בעריש פרייליך זאלי ליפא טייטלבוים שאול פערלשטיין ליפא קרויס
קודם האט משה פרידמאן געשריגן אז ער וועט נישט לאזן דעם רב צוגיין צו די מיטה, נישט אין וויליאמסבורג און נישט אין קרית יואל
מרדכי ווייס האט געזאגט: בלא. דאס וועט פירן צו געשלעגן. און האט קלאר געזאגט אז זיין צד פאדערט קלאר און דייטליך: אז אלע קינדער פונעם רבי'ן זאלן קענען מספיד זיין אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
נאכדעם האט משה געזאגט אז אין וויליאמסבורג וועט זלמן לייב מספיד זיין און קרית יואל וועט דער רב.
מרדכי ווייס האט געזאגט אז אונזער צד איז נישט מסכים. 1) אלע קינדער און איידימער פונעם רבי'ן דארפן רעדן דייקא אין וויליאמסבורג. 2) מ'זאל נישט רעדן פון קיין שום הכתרה, ממלא מקום אדער קרוינונג. 3) קיינער זאל נישט אויסרוופן קיינעם רעדן. נאר מ'זאל צוגיין לויט די עלטער. 4) אין פאל פון שבעה זיצן, דארפן אלע קינדער ערלויבט ווערן צו זיצן אין רבינ'ס הויז.
אליעזר קעסטענבוים האט זיך נעכטן שפעט נאכמיטאג אריינגעמישט. און נאכדעם האט משה געזאגט אז ער איז שוין מסכים, אבער זלמן לייב איז נישט מסכים.
ליפא קרויס האט אבער צוריקגערופן מרדכי ווייס און געזאגט אז משה פרידמאן איז א שקרן. זלמן לייב איז יא מסכים. און זלמן לייב ווייל אז ס'זאל זיין שלום, נאר משה זאגט ליגענט.
שאול פערלשטיין האט דערנאך איבערגענומען און געזאגט אז זלמן לייב איז מסכים, נאר זיין קהל איז נישט מסכים אז דער רב זאל רעדן אין ראדני, נאר אין קרית יואל.
ליפא טייטלבוים האט געזאגט אז ער איז מסכים צו אלעם, בתנאי אז ער וועט אויסרופן ווער ס'זאל רעדן.
פרטים יבואו.
נשלח ב-5/4/2006 22:03
אפדעיט. מיטוואך 3:00 PM
אפדעיט #1
די פארהאנדלונגען זענען געשטארבן. רז"ל וויל בשום אופן נישט דערלאזן קיין שום פארהאנדלונגען מיט אהרונים. ער האט געזאגט, אז עס זאל זיך גיסן בלוט, זאל די לויה אויסקיקן ווי פורים. אבער ער וועט נישט אויפגעבען.
________________________
אפדעיט #2
רז"ל מיט זיינע אויסווארפן האבן זיך דערטאכט צו א פלאן, אז מ'וועט דעם די לויה פירן קיין קרית יואל מיט א העליקאפטער. כדי אויסצומיידן די פאליס און די PUBLIC SAFTEY און וועט פראבירן צו לאנדן גלייך אויפן בית החיים.
די וויליזש און די POLICE ווייסן פונעם פלאן, און עס האט ZERO שאנסן דורכצוגיין. צוליב דעם שווערן געדרענג פון מענטשן וואס וועלן זיין פארזאמעלט ביים בית החיים, וועט קיין שום העליקאפטער נישט קענען אריינפארן אין קרית יואל.
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 0:06:46
נשלח ב-5/4/2006 22:50
תוקן על ידי - monroe06 - 05/04/2006 22:51:02
נשלח ב-5/4/2006 22:54
מר MONROE06
אויב די האסט אליין גערעדט צו א זאלי און ער האט געזאגגט אז זיי זענען גרייט צו פארהאנדלען ביטע רעדט ווייטער צו יענעם זאלי. און לאז אפ כל העולם כולו.
איך האב פאקטן, וואס איך ווייס פון INSIDE. תוך תוך.
ער האט קלאר געזאגט אז ער וועט זיך נישט רירן, אפילו ס'וועט קאסטן בזיונות.
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 0:04:05
נשלח ב-5/4/2006 23:11
מ'שמועסט אז משה און רז"ל ווילן גארנישט פארהנדלען......
אז ס'גייט נישט מיט גוטן...... וועט מען גיין מיט שלעכטן
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 0:04:36
נשלח ב-5/4/2006 23:49
איך הער יעצט איז מאיר הירש פון קרית יואל האט זיך אריינגעלייגט אין די פארהאנדלונגען אבער אן ערפאלג.
רז"ל וויל נישט הערן פון קיין שום מיטלפונקט. ער זאגט: זאל נישט זיין קיין לויה. פאר קיין שום פרייז וועט ער נישט לאזן פארהאנדלען.
דער ענטפער איז: WAR
תוקן על ידי - כל_העולם - 06/04/2006 0:05:07
נשלח ב-6/4/2006 02:17
זשליאני08 איך זעה די האסט ארויס גענימען דרייניץ פון די כיילים טראץ זיין דערקלערטער תענית הדיבור, איך ברענג דא זיין אשכול נאכן עקסטענדן זיין תענית הדיבור אויף ביז מארגן דא האסטו
לא דרכיהם דרכינו, ביטע זיך נישט לאזען פראוואצירען
1:27
נשלח ב 6/4/2006
DRYNITZ
מאויבי תחכמינו, אויפען ארוינישען פורום פרובירען זייערע ווארטזאגערס אנצוהיצען די געמיטער מיט שקרים און מיט מלחמה ערקלערונגען. זיי פרובירען מיט דמיונות און השערות אויפצורייצען די יוגענט און איבערהויפט די בין הזמנים בחורים אז זיי זאלען גרייט ח"ו על כל צרה שלא תבא צו מאכען מהומות און איבערקערענישען, קיין אנדערע סיבה איז נישטא אויף די געבעקסען חדשים לבקרים פון דמיונות וואס קיינער העכער 20 קויפט נישט אפ.
לא דרכיהם דרכינו, מיר אידען פארשטייען אז מלחמות מיט פורקי עול האט אויך א מקום און א זמן, יעצט איז נישט דער זמן און ח"ו ... איז נישט דער מקום צו פיהרען מלחמות. יעצט איז די צייט זיך אויסצוויינען צום קה רבון עלם אז ער זאל רחמנות האבען אויף אונזער דור יתום און איבערלאזען דעם לעצט פארבליבענעם צדיק אמת בתוכינו אז ער זאל אונז פיהרען אנטקעגען משיח צדקינו במהרה.
נשלח ב-6/4/2006 02:31
וואס "דרייט", "דרייניץ" א קאפ פון לא דרכיהם דרכינו...
פיר קשיות לכבוד פסח:
1) פארוואס זאגט זלמן לייב אז ער לאזט נישט זיין ברידער רעדן?
2) פארוואס זאגט זלמן לייב אז ליפא דער יענקי איז אויסריפן .... פארוואס?
3) פארוואס וויל זלמן לייב דווקא מ'זאל אים "מאכתער" זיין ביי זיין טאטענס לויה?
4) פארוואס וויל זלמן לייב אז מ'זאל נישט פארהאנדלען מייט די ארונים, און זאל זיך גיסן בלוט?
פארוואס פארגינט נישט דער לאקאלער בעל מדות א טראפ "חסד של אמת" פאר זיין טאטען, וועמען ער האט מבזה געווען די לעצטע 7 יאר, מיט אזויפיל רשעות און אכזריות...
רבותי עס האט איין תירוץ: החזרת עטרה ליושנה... אני ואפסי.
ווייל ער האט זיך דערקלערט לאקאלער רב אין סאטמאר די בכל אתר ואתר בכל העולם כולו
נשלח ב-6/4/2006 16:05
זשוליאנו יישר כח פאר'ן ברענגן די אינפארמאציע פארן ציבור.
ביי אונז אין מקוה האט מען געשמועסט, אז ביז ר' זלמן האלט נישט ביים איינרועהן, וועט קיין לוי' רח"ל נישט זיין.
דער רבי שליט"א וועט בלייבן בתוכינו ביז ס'וועט זיין שלום