איך בין געווארן אויפגעטרייסלט אראפפארנדיג לי עוו. פריער ווען איך האב באמערקט ווי דער עד פון די וועלט בארימטע ארגאנציזאציע 'עורה' איז פארשמירט געווארן אויף זייער א עקלדיגן אופן.
וואס זיי האט געשטערט דעם בא'חנ'טער בילד פון א יונגל וואס זיי האבן געראטעוועט פון אראפגיין צום אפגרינד גייט מיר נישט אריין אין מח.
אז ער גייט אנדערש אנגעטוהן ווי זיי, קען טאקע זיין א געוואלדיגער פראבלעם, און דעריבער האט מען אים געמוזט ארויפלייגן א בארד אז מען זאל אים קענען מצרף זיין למנין. און קען אויך זיין אז מען האט וועגן דעם ארויפגעשלעפט דעם בארד ביז איבער די אויגעלעך, כדי ער זאל נישט נכשל ווערן אין דיר ראיות אסורות וואס ער קען זיך חלילה אנשטעקן שטייענדיג און באטראכנדיג די גאסן פון דעם פריצות'דיגן לי עוועניו.
אזוי צי אזוי, דאס איז א עוולה שאין דוגמתה חוץ די גרעניצן פון דעם הייליגן שטאט ווילי. עס איז פארשטייט זיך נישט דאס ערשטע און זיכער נישט די לעצטע מאל וואס אזא זאך פאסירט. נישט לאנג צוריק האט זיך דער בעה"ב פון דעם סעלפאן געשעפט אויף ראדני סט. געמוזט איבערטוישן זיין סיין ווייל ער האט געהאט א געמאלן בילד פון עמיצער וואס רעדט אויף א סעל ר"ל.
נשלח ב-5/4/2006 22:00
דיפלאמאט
ביטע הער אויף צו שרייבן "הייליגע" שטאט ווילי. קענסט שרייבן קהלה קדושה, קהלה מיינט די מענטשן שטאט מיינט די גאסען. קענסט פרעגען די אידען וואס האבן געוואינט אין די הייליגע שטאט "איסט סייד" אדער די הייליגע געגנט "בראנזוויל"
קדושה שבהו להיכן אזלא?
אין ארץ ישראל איז קדוש דאס מקום. דא הי אין מלכות של "חסד" דערמאנט מען אונז פון הימל מפעם לפעם אז מיר זיצען אויף א פאס שיס פולווער
איך האב מיך נוהג געוועהן ביז יעצט אויסלערנען מיינע אז אלע יידען האט דער רבש"ע ליעב, און ממוז מקבל זיין די מ"ע ואהבת לרעך כמוך פארן דאווענען. יעדער איד גייט די פאות - אדער די הויזען אין העמד- וויאזוי ער פארשטייט, מיר פארשטייען פאות אראפ, אצווייטער פארשטייט פאות ארויף.
סהאט ב"ה זעהר גוט געארבעט ביז יעצט.
דו האלסט איך זאל יעצט טוישן לשיטתך
נשלח ב-6/4/2006 17:25
באאטשי,
א גוטע נקודה וועגן די חילוק צווישן שטאט און מענטשן, איך האב נאר נאכגעבאבלט די ווערטער פון די צייטונגען.
מענטשעלע, אין בעיה,
יישר כוחכם פארן צוברענגען די בילדער, מען זאל בעסער פארשטיין וואס איך רעד דא.
שלמה המלך,
דא זעט מען טאקע דיין חכמה... א מין צוגלייך צווישן אריינברענגען מאגאזינען אין שטוב און א בילד פון א אינגעלע וואס מען האט צוריקגעברענגט צו אידישקייט.
נשלח ב-6/4/2006 17:28
שלמה,
די פלאקאטן פון "למען אחי", אויף וועלכן מען זעט רוסלאנד-אפשטאמיגע אידישע קינדער מיט פאות אויף די אויערן, פאלט אויך אריין אין דער קאטעגאריע?
לגבי קינדער - איך בין נישט קיין חינוך עקספערט; אבער מיין שכל זאגט אז לגבי אזעלכע זאכן איז בעסער אויפצובויען אין די קינדער א זעלבסזיכערקייט כלפי דער אייגענער שיטה, ווי זיי אפהאלטן פון זען אנדערע.
נשלח ב-6/4/2006 17:54
שלמה-המלך, אנשטאט אריינגיין אין א פארדרייטע תגובה וועל איך זיך האלטן צו מיין נקודה. די ביסט גוט פארוקט!
די ספרעי פעינטען איז א תמצית פון די פארשטינקענע כאראקטער וואס די וויליאמסבורגע קנאים האבן, און דיין תגובה איז א תמצית פון די טרויעריגע תוצאות פון די חינוך וואס זיי לייגען נעבעך אריין אין זייערע קינדער.
נשלח ב-6/4/2006 17:56
דיפלאמאט
יישר כוח פאר ארויף לייגן דאס בילד
אזא באחנ'ט יידיש קינד.
דאס צו פארשמירן מוז איינער זיין א
SICK DUDE
נשלח ב-6/4/2006 18:45
אין א שטאט ווי אלע יונגלעך גייען מיט אראפגעלאזטע פיאות איז נישט ריכטיג ארויפצולייגן אזא בילד פון א יונגל מיט א גרויסן טשופ אן קיין פיאות.
וואדאליזירן איז אויך נישט ריכטיג, אבער פאר ענק צו באשולדיגן א רבים וועגן די מעשה פון יחיד ווייזט נאר אויף ענקער פארדארבנקייט און פארביסנקייט אויף יודען וואס האבן נישט דעם זעלבן מיינונג ווי ענק.
דיפלאמאט, די ביסט בכלל נישט דיפלאמאטיש, לייג נישט אריין וועטער אין מיין מויל, אויף יושע'ס ווערטער "אויב קינדער וועלן ווילן טוישען א לבוש ווייל זיי זעען א בילד איז זייער חינוך אויף גרויסע צרות" האב איך געענטפערט אז "די בעסטע חינוך וועט נישט קאמפענסעיטן פאר עקספאזשער צו זאכן וואס פעלט נישט אויס, אויב יא קענסטו אריינעמען די טעבלויאד מעגעזינען אין שטיב" מיין פוינט איז אז אפילו מען האט די בעסטע חינוך וועט דאס נישט מאכן אז א בילד זאל נישט האבן קיין השפעה, ווייל אויב יא קען ער אריינעמען די מאגאזינען, נישט ווייל איך פארגלייך זיי, בכלל נישט. און דיפלאמאט ענטפער וואס איך האב דיך געפרעגט, דאדזש נישט די שאלות, ווי פיל איז דאס "זיי"? די האסט אפשר געזען ווער און וויפיל האבן דאס געטון? און די האלטסט טאקע אז "דאס איז א עוולה שאין דוגמתה"?