|
|
| נשלח ב-19/1/2007 17:52 |
|
| |
איך בין נאך א נייע שרייבער, און כהאב זייער נישט געוואלט נוצן מיין שרייבען פאר זאכען וואס האט שייכות מיט פאליטיק, אבער איך זעה ווי דער קנעכט עבד עברי איז אזוי פארקנעכטעט צו מידת השקר, און קען זאגען אזוי גראבערהייט א פרעכען ליגענט וואס איז א מילתא דעבידא ליגלויי פונקט פאקערט ווי די מציאות
איך בין דארט געווען און געזען אליין ווי א בחור (איך ועל מיך איינהאלטען פון זאגען א נאמען) איז צוגעגאנגען צו צוויי מחותנים ווען זיי האבען געגאנגען צו זייער קינדס שבע ברכות, און זיי געשלאגען מכות רצח, איין מחותן איז אינגאנצען צוביילט געווארען און אראפגעווארפען געווארען אויף די פלאר, ווען ער האט געוואלט אוועקשלעפען זיין מחותן פון דעם רוצחס הענט
די עבירה פון דעם ערשטן מחותן איז געווען אז ער האט געשריגען הויך די שרעקליך מיאוסע ניבול פה ווערטער: "שבת! שבת קודש!" דעמאלץ איז דער שלעגער בחור אים באפאלען ווי א ווילדער שיכור
זונטאג צופרי איז דער שייגעץ בחור געגאנגען מיט די הילף פון "א חשובע יונגערמאן פון די עירוב מאכערס און נאך געפרעסט טשארדזשעס אויף די צוביילטע מחותנים, דערנאך איז דער בחור אנטלאפען פון נו יארק אז פאליס זאל אים גארנישט קענען פרעגען
דיינע ליגענט קענסטו פארציילען אין סעינט לואיס, נישט דא ווי איך בין א לעבעדיגער עדות
ואל ישעו בדברי שקר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 18:20 |
|
| |
און דער צווייטע מעשה וואס איז אסאך ברוטאלער און געמיינער ווי די ערשטער מעשה,
א גרופע מיט קליינער קינדער זענען געשטאנען אויף א קארנער און געשריגען שבת, איז געקומען א גראבער אנגעפאשעטער באס דרייווער און אנגעריסען די ביינער פאר א יונגעל, די יונגעל האט זיך קוים געקענט כאפען די אטעם, אבער דער גראבער פויער האט זיך נישט געמאכט צוטוהן, און אים שיעור געטויטעט
דעס איז טשיילד אביאז, און פאררעכענט אין די וועלט אלץ פארברעכען פון נידריגסטען סארט, צו שלאגען מיינערס
איך הער אז נאך שבת האט ער געהאט פראבלעמען מיט די מוסד ווי ער ארבעט, סאיז נאר שמועות
אבער די חלק הרציחה פון דעם גראבען שלעגער האט איך געהערט פון איינעם וואס איז דארט געווען
עבד נרצע! אויב דו ווילסט קענען שרייבען זאכען וואס זענען טקע געשעהן, דעמאלץ זיי מוחל זעה אז די וואס האבען איינגעפירט דעם ביטערען מחלוקה פאר דריי יאר צוריק אין וויליאמסבורג מיט איינפירען דאס טראגען, זאלען עס אדער מבטל זיין, אדער זאלען זיי אויפהערען שלאגען יודען!
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 20:16 |
|
| |
די מעשה איז געווען שבת 2 אזייגער נאכמיטוג , העכער די הייווע, ווען דער רוצוח אין רשע איז ציריק געקימען פין זיין שבע ברכות, אן זיין מחותן.
ווען ער איז געווען מיט זיין מחותן האט ער זיך געשעמט, און האט מער ווייניגער ביהעווד, און די שבת האט נישט אזוי געברענט אים.
די בחור איז א יתום, און ער האט געטראגען זיין היט און די הענט ווען עס האט גערעגענט.
די רשע מיט זיינע קונדער האבען זיך ארויף געווארפען אויף אים און געטאנצען אויף אים צישמעטערט, אז סהאט גערינען בלוט פין זיין נאז און אוירען. א יוד (ר' עמרם פישער) איז דארך געגאנגען און דאס ציגעזען, און אנגעפאנגען שרייען שגאץ היטלער, ביז דער אויסווארף האט זיך אפגעטראגן.
די בחור איז בהאנדעלט געווארן דארך הצלה.
תוקן על ידי findodort ב- 19/01/2007 20:20:37
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 21:16 |
|
| |
דער וואס שרייט קען זיין ער איז א פשוטער משוגענער, קען זיין ער איז א מלאך, קען זיין איז א בהמה, אבער קיין הענט האט ער נאכנישט געהויבען אין די גאנצע צייט, ער שרייט, ער מאכט שרעקליכע קולות, אבער קיין הענט הייבט ער נישט!
א רעקארד פון הייבען הענט האבען די וואס שלאגען די שרייערס, דאס איז פאקט, און איך האב איינמאל מיט מיינע אויגען צוגעזען אויף לי עוועניא ווען דער קלויזענבורגער מ.פ. האט געזעצט אויף דעם שרייער מיט אזעלכע זעצעס אז סהאט זיך גוט געהערט, און דער שרייער האט גארנישט צוריקגעטוהן נאר געזאגט, נאכאמאל און נאכאמאל "אז מאיז מחלל שבת, הייבט מען אויך הענט, אז מאיז מחלל שבת הייבט מען אויך הענט"
די מוסרים וואס שלאגען די שרייערס און לויפען נאכדעם פרעסען טשארדשעס מעשה קאזאק הניגזל, ווארטען שוין דריי יאר אז די שרייערס זאלען איינעם אנרירען, זיי זאלען קענען יענעם איינזעצען אדער כאטשיג קענען זאגען, קוק די פרומע אפגעהיטענע זענען שלעגערס...
און ווען א יונגערמאן "אן א בארד" האט אנגעריסען א שרייער אפאר וואכען צוריק ביי בעדפארד ראטלידש, און ווען מענטשען האבען געשריגען "רחמנות, רחמנות", האט דער האלב אפגעפארענער יונגערמאן נישט געוואלט אויפהערען שלאגען, און געענפערט, איך וויל אים זעהן אנקאנטשעס...
פארדריי נישט די פאקטען, העכטענס זאל מען זיך זעצען פארהאנדלען מיט די שירייערס און מיט די מתנגדי העירוב, ווייל דעס איז נישט קיין תכלית, מיך נערווירט די שרייען און מיך נערווירט אויך די בעיביס וואס גייען מיט די ליידיגע טלית בייטלעך, און סנערווירט מיך אוודאי די שלעגערייען
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 21:20 |
|
| |
און דער בחור דער יתום - נעבעך, האט אויסגעטוהן זיין הוט ווייל סהאט גערעגענט, דאס זאלסטו פארקויפען פאר די הינער, דער בחור דער יתום ארבעט ביי איינעם פון די וואס מאכען די עירוב, און סקוקט אויס ער וויל יענעם אפשר געפעלען, ווען ער זעט א שרייער טוט ער זיך אויס די הוט זיך צו רייצען, דאס קען מען כסדר זעהן
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 21:26 |
|
| |
שיויתי היקר
איך זעה ביזט א פרישער, אבער לויט דיינע "לאגישע" טענות וועסטו נישט לאנג אנהאלטן דא...
רעדסט פונקט ווי די אראבער להבדיל, די אידען שיסן אויף זיי און צוברעכן זייערע הייזער
דו לאזט נאר אויס איין פרט פון די מעשה, ווער סהאט וועמען אטאקירט
נאך שרייען "שבת" אויף א ייד וואס פירט זיך על פי שו"ע והוראות רבותיו מיינט נאשרייען "מחלל שבת"
שטעל דיך פאהר דו גייסט מיט דיין ווייב אויף די גאס און איינער שרייט דיך נאך קולי קולות "לא תנאף" ווייל זיין רבי האט נישט מסכים געווען צום שידוך
דאס הייסט אטאקירט לכל הדעות, פונקט ווי הקורא לחבירו רשע יורד עמו לחייו און טאמער שרייט דער פארברעכער נאך, פאר מער ווי איין מענטש איז ער המיצר לרבים וואס מותר להכותו ולבזותו ולמוסרו לרשות.
CAPICHE?
הבנת?
געקאפטשעט?
גוט שבת
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 21:38 |
|
| |
קוק ער ווייסט שוין אז דער בחור האט געכאפט פעטש, נאר וואס, ער האט זיך אנגעפאנגען, ער האט זוך גערייצט.
די בחור האט ביז היינט געארבעט ביי ר' שלום דייטש פין די גרויסע קעפ ביי ר' זלמן לייב
_________________
תוקן על ידי findodort ב- 19/01/2007 21:39:26
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 22:04 |
|
| |
שויתי. אבער נישט השי"ת לנגדי תמיד. נאר שויתי אני ואפסי לנגדי תמיד. אלע מעשיות מיט אלע אמתע פאקטן מיט די הייליגע תוה"ק צוזאמען קען ער אויסדרייען פאר זיינע פינסטערע פאליטיק(ער וויל נעבעך נישט שרייבן פאליטיק ווייל ער איז א שטיק פאליטיק) ) און פאר זיין פאלשע אפגעפרעגטע בעלי מדות פארטיי
ער זאגט אז ער איז א נייע שרייבער . אבער ער שרייבט דאך גאר אלטע זאכען פון די געזעצביכער פון סדום ועמורה אשר הפך השם באפו ובחמתו ל"ע. . אז דער אומשולדיגער "שעפעלע" רוצח וואס אין אונזער שו"ע ווערט געפאסקענט אז ער איז המיצר לרבים . אבער ביי זיין סדום שו"ע להבדיל אלף אלפי הבדלות בין טומאה לטהרה איז דער געשלאגעגענער יתום . דער שלעגער.
קודם פארקויפט ער ליגענט פון סענט לואיס (וואס דער נאמען איז דאך אליין א שם עבו"ז (סעינט הייסט הייליג(שמייליג) לואיס איז דער גלח פון די נוצרים) . ער איז מודה בעבו"ז.
אז דער בחור האט געשלאגען די מחותנים סתם פאר גארנישט און נישט . שפעטער איז ער מודה אז דער בחור האט געוואלט טראגען צו געפעלען פאר זיין בעה"ב..
אבער ביי מיר איז זיין גאנצע שרייבן קיין חידוש נישט . ווייל איך האב נאך געלערנט אין דעם חדר פאר ער איז נאך געבוירן געווארן. . איך קען גוט דעם נוסח בעל פה. .
מען דארף יענעם נאכשרייען און שלאגען און דאס איז נאך לשם שמים. מען מעג פארברענען די בעלזע סקול . און נאכדעם זאגען אז פארקערט אז די בעלזער האבען דאס אליין אונטעגעצינדען.. איך קען אויסרעכענען א רשימה וואס איז גרעסער וויא גאנץ היידפארק. אילו כל הימים דיו וקני כל חורשתא וכו' וכו'.
.
איינער פון די בארא פארקער אויסגעשפילטע שרייערס כקול קורא במדבר. נ. ש. איז געווען ביים וויזניצער רבין רבי מאטעלע שליט"א . אינמיטן שמועס האט ער דערציילט פארן רבין אז ער שרייט נאך די טראגערס (כידוע האלט נישט דער וויזניצער רבי פון מאנסי אז זיינע חסידים זאלן זיך באנוצען מיטן עירוב)
האט זיך דער רבי אנגערופן בלשון קדשו "ח"ו נאכשרייען אידען וואס פאלגן זייערע רבנים איז ערגער וויא טראגען מיטן עירוב" . (יעצט קעסטו שוין שימפן אויך אויפן וויזניצען רבין ווייל ער טאנצט נישט נאך ענקער אני ואפסי)
דו זאגסט אז די שרייערס זענען אפשר נישט קיין מענטשען. מען האט אמאל געזאגט פארן הייליגען צאנזער רב אויף א רוצח אז ער איז משוגע. האט דער הייליגער דברי חיים זי"ע געזאגט אז ווען ער הארגעט זיך אליין קען זיין אז ער איז משוגע. טאמער אבער האט ער געהארגעט א צוווייטן איז ער פשוט א פינסטערער רוצח. אהנע לימוד זכות
דאס זעלבע ווען דער רשע דער שרייער שרייט אויף זיך אליין. דעמאלס איז ער א משוגענער. טאמער אבער ער שרייט אויף אנדערע איז ער א רשע מרושע . און טאמער ער שרייט ח"ו אויף נשים כדרכו הנלוזה. איז ער א "נואף" אזוי שטיייט אין הייליגען בני יששכר בשם ר"מ פשעווארסקער זי"ע .(אגרא דפירקא מל"ת) אז ווער עס שרייט אויף נשים אפילו לדבר מצוה איז א סימן בוודאי אז ער איז א נואף.
וועגען דעם שטייט טאקע "נואף אשה חסר לב" אז ער איז א נואף וועגען דעם רופסטו עהם אהן "חסר לב משוגענער"
די אלע זאכען וועט נאך נתגלה ווערען . (אלעס וואס די הייליגע ספה"ק זאגען איז ברור ואמת)נאכאמאל אלמלי מוראה של מלכות איש את רעהו ווען נישט די פאליס וואלטן די שרייערס געשלאגען און געראצחענט . אזוי וויא זיי האבען געראצחענט ר' מ וו ועוד אשר אין כדאי לעשות רשימה.
יודען טייערע ..זייט ענק מחזק. כלל ישראל האט שוין איבערגלעבט גערעסערע רשעים וויא די פאר אויסגעפליקטע פינסטערע שרייערס. טאמער ח"ו מיר האבען נאך נישט די זכיה מקבל צו זיין פני משיח צדקנו . וועט דער הייליגער עירוב איבערלעבען די אלע צדוקים למיניהם. אזוי וויא די נרות חנוכה און אלע מצוות דרבנן ודאורייתא האבען איבעגלעבט די אלע ייונים און מתיוונים.
מען וועט ניטאמאל געדענקן אז עס איז געווען א מערכה קעגען דעם עירוב . אזוי וויא קיינער געדענקט נישט אז עס איז אמאל געווען א שטארקע מערכה קעגען מאכען א מיידל סקול . מיטן איסור פון אלע אונזערע רבנים ובראשם כ"ק רבה"ק זי"ע . וואס זיי האבען געשריבען אז צו מאכען א סקול פאר מיידלעך בכל אופן שהיא איז עקירת התורה והמסורה . וזאת התורה לא תהא מוחלפת ולא ישתנה ולא ישונא בשום אופן שבעולם עד עולמי עד.
פרעגט אלא יונגעלייט צו זיי געדענקן בכלל אזא מערכה . על אחת כמה וכמה קעגען די מצוה עירוב . וואס אלע דורות איז געווען די הייליגע מסורה צו האבען עירובין אין אלע שטעט.
שמא תאמר לרעתכם ניתן לכם השבת . תלמוד לומר ... לטובתכם ולעונג ניתן לכם השבת. (מד"ר)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 22:12 |
|
| |
און איך האב געמיינט אז יעדער מעג פאלגן זיין מורה הוראה... (זיין מורה הוראה איז אים מתיר צו שרייען) היפאקריזם האט אויך א שיעור
_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 22:13 |
|
| |
איך האב דערציילט די מעשה פאר א גרויסן רב א געוואלדיגן ת"ח עצום ויר"ש וואס שאקעלט אויס.... אין די שיך פאדעושוועס . האט ער מיר געזאגט . אז עס איז א שאד אז אויף די מעשה איז נאר דא איין לעבעדיגער עדות וואס ער איז אליין דארטן געשטאנען. און איין עדות איז דאך לויט אונזער הייליגע תורה נישט באגלייבט( אפשר
לויט זיין געזעצבוך פון סדום איז איין עדות יא באגלייבט אפילו ווען ער האט געזעהן די מעשה פארקערט)
וואס הייסט ער איז דאך אליין א לעבעדיגער עדות נישט קיין טויטער עדות
אבער האט דער רב מוסיף געווען אז טאמער מען האט עפעס געטון פאר דעם בחור . ווייל ער האט זיך אנגענומען פאר די היילגע מצוות עירוב. דעמאלס מחלקו יהא חלקי ומגורלו יהא גורלי (מס' עבו"ז פ"ק)
תוקןעלידיעבדעברי43ב-19/01/200722:13:40
תוקן על ידי עבדעברי43 ב- 19/01/2007 22:25:08
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 22:33 |
|
| |
יעדער מעג טאקע פאלגען זיין מורה הוראה. און דעם בחור'ס מורה הוראה האט עהם טאקע מתיר געווען צו שלאגען די מחותנים. נו! וואס ווילסטו?
און די סדוםער מורה הורעה האבען מתיר געווען נישט נאר צושרייען נאר צו שלאגען אויך נו!! וואס ווילסטו.
וואס האסטו טענות צו דעם בחור אז ער האט צוביילט דעם מחותן ער האט דאך געמעגט שלאגען.און צוביילן זיין מורה הוראה האט דאס מתיר געווען.
יעצט זאל גיין דער מחותן און רופן דעם בחור צו דין תורה . און ברענגען דעם "שויתי" פונעם הייליגען (שמייליגען) היידפארק וואס ער איז דאך "איין" לעבעדיגער עדות. . און זיין מורה הוראה וועט פאסקענען כדין הפארטיי של אני ואפסי. אז היפאקריזם האט אויך א שיעור . און דער מחותן וועט דארפן באצאלען פאר דעם בחור פאר די מכות און שלעק. . און אויך דער טאטע פון דעם געשלאגענעם יונגעל זאל באצאלט פאר דעם באס דרייווער פאר אלעם
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-19/1/2007 22:44 |
|
| |
זה הכלל . יעדער מעג פאלגען זיין מורה הוראה פאר זיך צו טון וואס ער הייסט עהם. אבער צו טון פאר א צווייטן אדער מבזה זיין א צווייטן דאס איז א חושן משפט שאלה. . קיין איין מורה הוראה האט נישט קיין רעכט צו הייסן גיין מבזה זיין אדער שלאגען א צווייטן .אפילו מלקות של תורה ווען מען איז עובר א לאו דארף זיין א בי"ד פון דרייען צוואנציג כ"ג און א שמוע בין אחיכם.
מבזה זיין א יוד איז פונקט אזא עבירה וויא שפיכת דמים. און מען קען היינט נישט דן זן דיני נפשות אפילו עס זאל זיין א בי"ד של ע"א אזוי וויא די סנהדרי גדולה.
האסט פארשטאנען . נאכאמאל . יעדער מעג טון וואס זיין מורה הוראה זאגט . סיי צו טראגען . סיי אנצינדן די לעקטער שבת . אדער מחלל שבת לצורך פיקוח נפש וואס זיין מורה הוראה איז עם מתיר. אדער אפילו עסן א זאך וואס האט געהאט א שאלה און זיין מורה הוראה האט עהם מתיר געווען.
ביז עס קומט צו יענעם.. עד כאן ... יענעם זאך צו רירן דארף זיין א דין תורה און א שמוע בין אחיכם..
מאך נישט פון אנוזער הייליגע תוה"ק א געלעכטער.
אז ביי אונדז ח"ו איז דא אזא זאך אז איינער קען באפאלן דעם צווייטן מיטן רשות מכלומערשט פון די תורה ישתקע הדבר ולא נאמר . כי מכבדי אכבד ובוזי יקלו. אוי להם לבריות מעלבונה של תורה.
ובזכות נישט מבזה זיין איינעם וואס האלט פארקערט וויא דו וועלען מיר אלע זוכה זיין נישט מבוזה צו ווערען לא בעלמא דין ולא בעלמא דאתי. גוט שבת גוטן חודש לנו ולכל ישראל.
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 03:45 |
|
| |
איך הער, דו מאכסט א שטיקל חילוק, מה נעשה אז זיין מורה הוראה האלט נישט פון דעם חילוק?
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 03:58 |
|
| |
מיין מורה הוראה וואס איז אויך א רבי האט אונדז געהייסען אריינגיין אין א ביהמ"ד און שניידען שטיקער פון די מתפללים און שטערען דאס דאווענען. . נו!! דארפן מיר נישט פאלגן אונזער מורה הוראה?
א יונגערמאן איז אריינגעקומען אין א ביהמ"ד און געזאגט אז זיין מורה הוראה האט געפאסקענט אז ווען זיין חבר איז נישט אינדערהיים . דעמאלס מעג ער אריינגיין אוועקגאנבענען יענעמס אלע חפצים. (פארשטייט זיך אהן אויסהערען דעם צווייטענס צד) . נו!! יעדער מעגט דאך דאך פאלגען זיין מורה הוראה.
דאס איז טאקע ווייל זיין מורה הוראה האלט נישט דעם חילוק. און האלט אז ווען עהם געפעלט דעמאלס מעג ער צוזאמעברעכען יענעם די ביינער.
לויט דיר און דיין גלייכן וואס דו מאכסט פון די תורה און פון שו"ע א שפיעל און א געלעכטער. און די מיינסט אז מיט אנאליזירער קען מען אנאליזירען די תוה"ק
דעמאלס וואס זענען שולדיג די יודען און בחורים וואס דער הייליגער בירך משה זי"ע( וואס איז חאטשיג נאך געווען אזא מורה הוראה וויא די פאר צודרייטע מענטשען וואס הייסן נאכשרייען אידען נשים ובתולות. ) האט זיי מחייב געווען נאכצושרייען די בני יואל . פונקט אזא חיוב וויא אמן יהא שמיה רבא. זיי נאכצושרייען בקול רם "שייגעץ ארויס" (דברות קודש שנשמעו במוצאי ש"ק פרשת תשא באולם ויואל משה במעמד רבנים ואלפים מישראל) . לויט דיר דארפן זיי דאך פאלגען זייער מורה הוראה. און ביז ער האט נישט צוריקגעצויגען זיין פסק. מוזען זיי אדער עכ"פ מעגען זיי גיין נאכשרייען אלע יודען פון בני יואל . און דאס איז לויט דיר די הלכה פון אונזער היילגע תורה..
נו!!1 השמע לאזנך מה שאתה מוציא מפיך. הער אליין וואס דו זאגסט . אז א רב אדער מורה הוראה האט רשות ארויסצוגעבן א "פסק" אז מען מעג יענעם נאכשרייען. דעמאלס האב נישט קיין טענה. טאמער יודען שרייען נאך די בני יואל.אונדז יודען האלטן נישט פון דעם חילוק
_________________
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 04:19 |
|
| |
עס וואלט געווען א גוטע זאך צו מאכן א רשימה פון די רבנים וואס זענען
אונטערגעשריבן אויף דעם צעטל וואס רייסט ארויס איינע פון די תקנות חכמינו
ז"ל, און זיי אנפרעגן אויב זיי האלטן טאקע אז מען דארף אנשרייען,
באשייגעצן, און מבזה זיין אידן וואס האלטן זיך יא צו די רייד פון חז"ל און
זענען מתקן עירובין.
באוואוסט זענען ר' אברהם לייטנער שליט"א, און
ר' טודרוס זילבער שליט"א וואס זענען ביי דער מיינונג אז עס איז פון די
גרעסטע מצוות צו אנזידלען אנשים נשים וטף וואס ווילן נישט מיטהאלטן מיט
זייער דעת תורה.
איך ווייס דערווייל נישט וויפיל פון די מער
באזעסענע און לאגישע חותמים אז זיי זאלן מיטהאלטן מיט זיי. אויך אויב עס
איז דא פון זיי צעטלעך מיינט נאכנישט אז זיי האלטן טאקע אזוי. וואלט
געווען אינטערעסאנט זיי אנצורופן און זיך טאקע איבערצייגן אויב עפעס ליגט
אונטער די משוגעים וואס ווילדעווען ארום און ראיאטירן די אמאליגע שטילע
שבת'דיקע שטאט.
|
|
|
|
|