|
|
| נשלח ב-21/1/2007 04:39 |
|
| |
עבד נרצע, דו רעדסט דא צוזאמין פאר פייער און וואסער דו מאכסט א קוגעל מיט הודו און כוש
ביי דיר איז שרייען שבת די זעלביגע ווי שלאגען, מוחה זיין אויף א פירצה איז ביי דיר א חושן משפט שאלה (עם הארצות אויפן העכסטען גראד), אפשר האט זיך רבינו הקדוש אויך געזעצט צו דין תורה פאר יעדען פראטעסט קעגען בחירות אדער די מדינה, ביי גיוס בנות אדער חיטוטי שכבי? טיפשות מיט עם הארצות אינאיינעם, סארי,
דיין משל מיט אריינגיין אין יענעםס ביהמד און רייסען שטיקער... איז אפשר מער גלייך צו דיינע טרעגערס וואס גייען אריין מיט לייגידע שאפינג בעגס אדער טלית בייטלעך אין פריוואטע בתי מדרשים ווי טראגען אין וויליאמסבורג איז ביי זיי חילול שבת "לויטען פסק פון זייער רב", און טרעטען אויף יענעמס רעכטען און יענעםס געפילען
און וואס דו ווילסט וועגען פארברענען בעלזע מיידעל סקול ווייס איך נישט וואס דו ווילסט, איך געדענק נישט אין מיין לעבען אזא זאך, און אויב סאיז אמאל געשען ווי קומט עס דא אריין סתם צו פלאטשקענען נאך אביסעל שטותים?
און ווען מהאט גערצחענט מ.וו. איך ווייס דא ווייטער נישט וואס דו ווילסט, אפשר איז דאס געווען אין קראלע אדער ארשיווא? ווייל איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא
בנוגע די סדוםער מורה הורעאה ווי דו באטיטעלסט די רבנים וואס האלטען אנדערש ווי דיר
פארוואס פארשטייסטו אז די רבנים מוואס הייסען זייערע מענטשען שרייען דעם מיאוסען ווארט "שבת" די זענען ביי דיר געווארען אין איין מינוט סדוםער מורה הורעה...
און ווען איינער זאגט אז די רבנים וואס זענען מתיר צו טראגען שבת מיט א "ווייערלעס עירוב" פסקענען נישט ריכטיג זענען זיי שקצים און מבזי תלמידי חכמים??? אתמהה
דאס מיינט א היפאקריט!
ביי דעי מעשה איז געווען מער ווי איין עדות, צום אנהייב איז געווען געציילטע מענטשען, נאך אפאר מינוטען איז געווען דארט א שיינע צוזאמלויפעניש, מענטשען זענען געשטאנען און געשטוינט פון די ברוטאלקייט, און צו וואס די תאוה פון נצחון און טראעגן שבת קען צוברענגען
באטשי, דו רעדסט שוין יא אביסעל צו די זאך, אפילו דיין משל מיט די אראבער האט נישט קיין פירוש דא
אויב וואוינסטו אין וויליבורג, ווייסטו גאנץ וואיל אז די יודעלעך וואס ווילן "פלעין טראגען" זענען נישט אזעלכע שעפעלעך, דאס רייצען גייט צו מיט שלעכטקייט, מיט זעק פון חשבונות וואס זיי ווילען זיך אפרעכענען דא מיט רבי יואליש (כלשון קדשם..) מיט אלע פרומע און אזוי ווייטער
זיי ענפערען אז ייער רב לאזט, נו האט דאך אנאליזירער געענפערט, זייער רב לאזט זיי שרייען, און נישט נאר זייער רב לאזט, נאר געוויסע האלטען אז סאיז א חיוב מחאה אווי יעדע פירצה
איז ממה נפשך, מעג יעדער פאלגען זיין רב, איז דאך גוט, דער טראגט ווייל זיין רב לאזט, און דער שרייט ווייל זיין רב לאזט
הייבען הענט, דאס לאזט שוין קיינער נישט, און ליידער און די לעצטע דריי פיר יאר זייט דער מחלוקה האט אנגעהויבען, האבען שוין די טרעגערס געשלאגען און פארוואונדעט אסאך מענטשען, און געמסרט אפאר מאל
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 04:52 |
|
| |
און זיך טאקע איבערצייגן אויב עפעס ליגט אונטער די משוגעים וואס ווילדעווען ארום און ראיאטירן די אמאליגע שטילע שבת'דיקע שטאט
מיין טייערע דענקער, אויב האסטו געזען וויאזוי האט אויסגעזען אויף קיפ סטריט א גאנצע יאר פאר מהאט איינגעריסען דעס טראגען אין גאנצען שטאט, האט יעדער געזען אז אויב עט מען פרובירען מאכען אינגאנץ שטאט א עירוב, וועט דאס אויפפלאקערען ווי א באמבע, ידערע האט געוויסט אז דא גייט מען צושטעטרען דעם שבת פאר טויזענעטער משפחות, אבער די אזוי גערופענע וועד העירוב האט דאך זייערע חשבונות פארוואס זיי ווילען מזאל טראגען שבת, און דעריבער גייט זיי נישט אן קיין תורה און קיין דעת תורה, און אוודאי גייט זיי נישט אן דאס אונטערצינדען א גאנצע שטאט אין א ברענעדיגע מחלוקת מיט שנאה און רייסערייען
פאר די בעלי חשבונות, זיי גייט נאר אן וועמען צוצופיקסען מיט דעם טראגעריי, און וועמען מגייט דא מיט דען עוקר מן השורש זיין (היל"ת)
אויב איז דא איינעם צו באשולדיגען אויף מאכען מחלוקת און צושטערען דעם שבת איז עס די עירוב מאכערס, וואס האבען געוויסט אין וואס זיי פירען אריין די שטאט, נאר מיט זייערע שנאה צו די ערליכערע און זייערע אנדערע חשבונות פייפען זיי אן יעדעם, און צוברעכען די שטאט אויף שטיקער
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 04:59 |
|
| |
און ליידער און די לעצטע דריי פיר יאר זייט דער מחלוקה האט
אנגעהויבען, האבען שוין די טרעגערס געשלאגען און פארוואונדעט אסאך
מענטשען, און געמסרט אפאר מאל
טייערע שויתי, אויב עס איז דיר נישט שווער שרייב ארויס וועלכע געגנט דו מיינסט, ווייל איך דענק נישט אז עס זאל האבן פאסירט אין וויליאמסבורג (אויב מיינסטו דעם שטאט).
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 07:11 |
|
| |
פארוואס פארשטייסטו אז די רבנים מוואס הייסען זייערע מענטשען שרייען דעם מיאוסען ווארט "שבת" די זענען ביי דיר געווארען אין איין מינוט סדוםער מורה הורעה...
ע"כ לשון פון "שויתי ודוממתי"
פארוואס ביזטו דעמאלס ברוגז אויפן הייליגן "ברך משה" כ"ק אדמו"ר ר"מ ט"ב אב"ד סאטמאר זי"ע פארן הייסן זיינע מענטשען שרייען "שייגעץ ארויס" . פארוואס איז זיין הוראה ביי דעם ענין נישט קיין הוראה?
דער חפץ חיים ז"ל האט געזאגט א משל אז איינער איז אריינגעקומען אין א שול און געזעהן אז מען געט א עליה פאר יענקל און פאר משה .האט ער זיך גענומען צו מאכען קולות היתכן " פארוואס געט מען נישט פאר ראובן און שמעון. האט עהם דער גבאי גענטפערט. "ר' יוד דו קומסט אריין אינמיטן . האסט נישט געזעהן אז פריער האט ראובן און שמעון באקומען"
ר' יוד וואס דו רופט דיך שויתי. ביסט אריינגעקומען קיין וויליאמסבורג אינמיטן . דו ווייסט נישט אדער דו מאכסט דאך "עד דלא ידע" וועגען די בעלזע מיידל סקול" הא!! וואס איז געווען מיטן ראש ישיבה(נישט אין קראלי נישט אין ארשיווא) טאקע דאהיאין עיר הקודש וויליאמסבורג אין תשמ"ג רבי מ. ו. וואס דער וואס האט עהם נאקעט ארויסגעווארפן פון א פארענדיגען ווען צוהקטערהיייט מיט די הסכמה פון די היינטיגע רוצחים די עירוב שרייערס און ער האט געמוזט ליגען אין שפיטאל.. דער רוצח וואס האט דאס געטון איז שוין ב"ה די וואך געפלויגען בחרפה ובבושה פון 82 לי עווע.
אבער ביז יעצט האט ער וכת דידי ודילך געצאפט אאידיש בלוט.
פריי דיך נישט דו עושה מעשה עשיו ומבקש שכר כפינחס.
דו תולה קללתו באחרים. מה דרכו של עשיו הרשע מכה ורוצח . ואח"כ פושט טלפיו כחזיר ואומר "מען שלאגט מיך. " נעבעך צוויי מחותנים גייען אומשולדיג אויף די גאס און א בחור איז זיי פלוצים באפאלן און געשאלגן און ער איז נאך געגאנגען מסרן זיי.. מעשה פוטיפר . נעבעך!
מען האט נעבעך אומגליקליך געמאכט די משפחה פון הרב מ. ו. ביז יעצט האט געדויערט.. יעצט איז נאר געקומען די פארשפייז פונעם ביטערען עונש. על אחת כמה וכמה די שרייערס
הטרם תדע כי אבדה........
די רציחהישע וועלט האט שוין ב"ה געסטאפט.
קודם ביאת המשיח וועט גרינגער זיין דער עול הגליות אזוי וויא אין מצרים איז זעקס חדשים פריער אויפגעהערט דער שיעבוד.
רוסלאנד הארגעט שוין נישט. די בני יואל רודפט מען שוין נישט. על הכל יביא השם במשפט. אפילו הצועק על חבירו לשמה. האט דער בוטשאטשער רב געזאגט טאמער ער מיינט עס נישט הונדערט פראצענט לשמה . ער האט נאר אפילו א שטיעקל נגיעה עצמית וועט דער גהינם זיין ווייניג פאר עהם אויף די וועלט און אוודאי אויף יענע וועלט.
ביזט מדמה די פאר פינסטערע שקצים וואס שרייען. ביזטו מדמה צום הייליגען סאטמארער רבין זי"ע וואס האט געמאכט א פראטעסט קעגען רשעי בני ישראל מינים וכופרים. וואס ווילן עוקר זיין כל התורה כולה
.ביזט מדמה יודען יראים ושלימים שומרי תורה ומצות וואס פארלאזן זיך אויףן רבנים גדולים וואס פארפאקען אלע ענקערע רבנים.. וואס עטץ אליין פארלאזט זיך אויף די רבנים בענייני איסור והיתר און אין איסורי כריתות. ביזטו מדמה להבדיל אלף אלפי הבדלות צו די מלחמה וואס דער רבי האט געבלוטיגט קעגען די רשעי ארץ תתקע"ד דורות שנקמטו רח"ל.
שעם דיך מיט דיין קרומקייט.
ווילאנג דו ענטפערסט נישט די שאלה " אז פארוואס די פסק פון "ברך משה" בענין שייגץ ארויס" איז נישט קיין פסק וועל איך דיר בל"נ מער נישט ענטפערן
איך וועל מקיים זיין צוויי הייליגע מצוות
איינס כשם שמצוה לומר דבר הנשמע כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע
און 2 ודע מה שתשיב לאפיקורס. הני מילי אפיקורס עכו"ם אבל אפיקורס ישראל אסור לטעון עמו כ"ש דפקר טפי.
און טאמער דו וועסט ענטפערן די קשיא אפילו מיט א נארישן תירוץ . קען מען מיט רעדן וד"ל
דו מיינסט אז מיט דעם וואס די האסט פורץ געווען גדרו של עולם און דו שרייבסט אויפן טמאנעם קאמפיוטער מעגסטו שוין טון כל עבירות שבתורה זאגען ליגענט און צאפן יודיש בלוט .ח"ו
ירבעם בן נבט וועט אפגעבען דין וחשבון אפילו פאר יעדעס מאל וואס ער האט זיך נישט געוואשן "מים אחרונים" אזוי זאגט דער הייליגער גר"א
דו ביסט דאך אליין עובר אויף דעם פסק פון די זעלבע רבנים וואס האבען מתיר געווען נאכצושרייען. זיי אליין האבען דאך געאסערט "אינטערנעט" די גמרא שרייט דאך אי כבית שמאי דעמאלס כקוליהון וכחומריהון ואי כבית הלל כקוליהון וכחומריהן. מען קען נישט זיין אוחז את החבל בשתי ראשים.
אויסער אז טאמער דו שרייבסט אזוי וויא עס שטייט אין די מגילה
כתבו על היהודים כטוב בעיניכם. דעמאלס מהיכי תיתי.
אבער פלאג דיך יעצט און ענטפער מיין קשיא . אז נישט איז בל"נ כנאמר לעיל.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-21/1/2007 09:40 |
|
| |
אגוטע וואך
פאר איך ליין קר"ש מיטן הרני מוחל בין איך נוהג, בודק צו זיין אלע מעסעדשעס צו זעהן ווער סהאט געטשעפעט מיט מיר. האב איל אריין געבליקט אין פארק וזאת מצאתי
שוויתי
עבדעברי האט דיר געשריבן דברים של טעם, א רב קען נישט פאסקענען פאר איין צד קיין חושן משפט שאלה, טאמער יא איז אפשוט א עבריין מדאורייתא, ער איז עובר אויף דעם גרעסטן יסוד פון א דיין: "שמוע בין אחיכם" ווי קען מען איהם דאן בכלל אנרופן א רב? אויב איינער האט א טענה אז מען האט איהם בעוול'ט דורך טראגן א ליידיגן שאפינג בעג, זאל ער איהם רופן צו דין תורה, אין זאל דאס בי"ד פסקענען צו ער מעג איהם נאכשרייען "מחלל שבת" אויף די גאסן בקולי קולות.
מזעהן אז דו ביזט אנייער שרייבר, דו קייסט איבער די אלטע אפגעפרעגטע אויסגעבלאזענע טענות, איך וויל זעהן ווי לאנג דו וועסט מאריך ימים זיין דא, וועסט מסתם באלד נעלם ווערן פון דעם אשכול זיכער.
ענטפער מיר אויף די שאלות
א) די ערשטע שאלה האט שוין עבד עברי באטאנט, האסט א טענה אויף איינעם, רוף איהם צו דין תורה. מיך למשל, מאכט נערוועז יעדען שבת מיין שכן'ס ירושליםמער געלע בעקיטשע, וויל עס דערמאנט מיך אין משה בער בעק מיט זיינע איראנער חברים, מעג איך נאך שרייען אויף די גאסען?
ב) ו טענעסט אז די טרעגערס טראגן נאר צוליעב דיך אויפצורעגן, קיין שום אנדערן טעם
פארוואס טוט איהר נישט וואס יעדער נארמאלער יונגל ווייסט, אז טשעפנאקעס טשעפען איהם, איגנארירט ער זיי און מען הערט אויף? איגנארירט איהר אויך די טרעגרס אוואך צוויי, וועלען זיי אויף הערן צו טראגן, קומט דאך אויס אז די שרייערס, נאר זיי זענען גורם דעם גאנצו עירוב מיטן "חילול שבת" (עפ"ל)?
ג) ווי קענסטו זאגן אז די בעלי העירוב האבן געמיינט "אונטערצוברענגען" רבנו יואל,ווען זיי האבן אויס געגעבן ממון אין דמים מפרסם צו זיין די עדיות פון אלטע סאטמערער רבנים ווי דער אודוואריער רב שליט"א ולהבל"ח דער שארמאשער רב, וכן הרבה ועל כולם דער ברך משה אליין אז דער סאטמערער רב האט נישט געהאט קיין שום התנגדות קעגן אזא עירוב? ווי קענסטו זאגן אז מען האט געמיינט צו גיין קעגן סאטמערער רבי זצ"ל?
ד) נאכדעהם ווי דער עירוב איז געווהן א פאקט און זיי האבן איינגעזעהן אז דער עולם נעמט אהן ענדערש דעם פסק פון רבני העירוב, פאר וואס זענען געגאנגען די נייע רבניטשיקלאך מפרסם זיין השכם והערב אז דער סאטמערער רבי איז געוועהן קעגן עירוב? זיי האבן דאך געזעהן אז דער אייגענער עולם לאכט זיך אויס, און מדארף נוצען טעראר ווי סטראשען ארויס ווארפן קינדער פון מוסד און פון קהל, איז דאס נישט אפען מבזה געוועהן בראש כל חוצות דעם סאטמערער רבינס כוח, אז דער אייגענער עולם פאלגט ענדערש די קלויזנבורגער אין בעלזער דיינים?
אגוטע געזונטע מזליגע וואך
רבש"ע הריני מוחל לכל אדם , חוץ ממי שהכעיס והקניט אותי או שחטא כנגדי בין.... (נוסח חדש)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2007 17:23 |
|
| |
קען איינער ביטע ארויפלייגן דעם בריוו פון כ"ק מאודווארי שליט"א, וואס אין דעם בריוו דערציילט ער אז ער נעמט זיך ארויס פון געבן דעם השגחה אבער מען קען זיך פארלאזן אויף די אנדערע רבנים?
איך האב אליין געפרעגט הרב מהאליין שליט"א אויב מען מעג טראגן מיט דעם עירוב האט ער מיר קלאר געזאגט אז יא.
איך קען זיך קוים איינהאלטן פון שרייבן איבער איינע פון די גרעסטע מורה הוראות אין וויליאמסבורג וואס זיין נאמען שטייט אונטערגעשריבן אויף דעם איסור פון מאכן אן עירוב, אבער זיין מיינונג איז אינגאנצן אנדערש, און זאגט קלאר פאר ווער עס פרעגט אים אז ער האט אונטערגעשריבן צוליב די שרעקליכע טעראר און רדיפות וואס מען האט אים אויסגעטיילט, צוליב דעם וואס ער איז א שטארק אנגענומענער פערזענליכקייט אין ווילי. פארשטייט זיך אז איך קען דאס נישט טוהן ווייל נאך אלעם וואוינט ער אין דעם קאמוניסטישן ווינקעלע פון אמעריקע, אין ווילידארף. איך וועל אבער שרייבן גענוג קלאר אז ווער עס האט נאר געהערט פון אים, וועט זיכער וויסן פון וועם איך רעד. און אויב איינער וויל שטארק קען ער מיר אנפרעגן אין אישי.
איך האב דאס געהערט פון איינער וואס איז אים געגאנגען פרעגן אויב מען מעג טראגן, האט דער דיין וואס האט שוין ארויסגעגעבן עטליכע ספרים איבער הלכות שבת אים קלאר געזאגט, אז וויבאלד ר' יעקב זיידא שליט"א האט געזען דעם עירוב און ווייסט ווער עס זענען די וואס גייען יעדן ערב שבת דאס באטראכטן, איז נישטא קיין שום פראבלעם דערמיט און מען קען זיך פארלאזן אויף דעם גאון.
שפעטער בין איך אריבער צו הרב יעקב זיידא שליט"א און געכאפט מיט אים א שמועס אין דעם ענין, און בתוך הדברים האט ער מיר געזאגט אז דער עירוב אין ווילי איז פיל בעסער און מהודרדיגער ווי סיי וועלכער עירוב אין אלטן היים.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-22/1/2007 19:11 |
|
| |
איך בין אינגאנצן מבולבל, איך בין נישט געווען א שטיק צייט דא, איך גיב א קוק, א גאנצע אשכול מיט אקייגנגעזעצטע טענות...
וואס איז שווער צו פארשטיין, אז די וואס אבן קיין פראבלעם ניט מיט גדולי ישראל וואס זאגן (לפי שיטתם) אז עס איז חילול שבת גמור, און געוויסע אידן וועלן זיך ניט מונע זיין פון טראגן שבת אפילו אויף ספק, אפילו ווען אס איז שלא לצורך כלל, נאר סתם אין די וועלט אריין, נאר צו שטעכן און ציפן אנדערע אידן, וואס איז די חידוש אז זיי שלאגן די וואס שרייען שבת?
אין אלע מקומות בעולם, וועט דער חילוני שלאגן דעם שומר תורה, און דער שוואכער אידן וועט משפיל זיין און הייבן ידים ידי עשו אוף די ערליכע
איך ווייס ניט בדיוק וואס טוט זאך מיט די כשרות העירוב, אבער אס איז קלאר כצהרים, אז די וואס טראגן און שלאגן שטאמט פון שנאת עם הארץ לת"ח, די לינקע אבן פיינט דעם רעכטן שנאת מות, און דאס איז בולט אויכט פון די שרייבער דא.
געבן תשובות אויף די אלע שטויות, איז ביטול זמן, איך אב דורכגעגאנגן אלע טענות משני הצדדים, מ'קייט וואסער, אס איז פונקט ווי די מערכה קייגן מחלללי שבת אין א"י, דארט גייט אויכט שלעק מיט מסירות, און אזוי אויכט אלע אנדערע מערכות קודש פון כלל ישראל.
איך האב געהערט פון א אידן אין ווילאמסבורג וואס אט געהערט מיט זיינע אוירן ווי א טרעגער שילט צוזאמן א שרייער מיט בלעם'ס קללות רח"ל, בעת דער מוחה האט בלויז געשריגן צוויי וערטער, שבת קודש
אויב אזוי איז קיין חידוש, אויב איז דער הייליגער שבת א שפיל פון נקמה און נצחונות, איז שילטן און שלגן אידן א שיינער צחוק
שויתי, פארברענג ניט דיין צייט זיך מפלפל זיין מיט די להכעיס'ניקס, חבל על הזמן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2007 14:19 |
|
| |
ווער קען נישט פארגעסען דעם העסליכען בלוט בלבול וואס דער שטאטס שיכור מ"ר האט פראבירט אנצוקלעבען אויף די עסקני העירוב
געזאגט: צו מאר ר. קרעדיד איז ער נישט מיט געשטאנען מיט די בלוט בלבול, דאס איז געמאכט געווארן דארך י. ש. און קלאר ענד קא. די משמרת האט געשריבן אז די פאליציי האט די נעמען און נאך אביסל וועט מען זען קלאר (מסירה?) , זיי ווייסן אז זייער חברה קען מען איינרעדן א קאץ און בויך, און זענען גרייט אלס צו קויפן
עבדעברי:
די מאכסט זוך טעמיש?
די עירוב איז נאר געמאכט געווארן פאר מחלוקת.
עס איז קודם געווען א עירוב אויף די גאסן.
(ווי למשל ראדני - פאר גוים , יאז - שאפרן, ראדלידש דארך יאווזנע, א.א..וו.)
אבער אויף קיף סטריט האבן א פאר בחרים מחליט געווען געניג איז געניג און געריסן א יעדע וואך,
ווי קימען נאכדעם די עירוב מאכערס אין מאכן אן א מחלוקה מיט א עירוב וואס די רשעים ווייסן נישט ווי צורייסען?
בקרוב גייט ר' זלמן לייב אויפגעבן זיין רבנית ווייל עס מאכט אן מחלוקת דא און שטאט
תוקן על ידי findodort ב- 23/01/2007 14:20:14
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2007 18:26 |
|
| |
hievery1, here you go
קען זיין ס'וועט זיין אביסל פלאטשיק אינעם בילד צוליב וואס ס'איז נישט פונקט פיר עקיג, אבער דאס בעסטע וואס כ'האב געקענט.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2007 18:38 |
|
| |
אביסל בעסער
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2007 21:20 |
|
| |
קאמענטאטאר
די פאות וואס דו האסט אנגענייט דעם תכשיט זענען גוט פאר מאנסי אדער ב"פ
פאר ווילישטאט דארפן די פאות זיין אוועק פון אויער לצד המצח לכל הפחות איין אינטש, וכל המרבה הרי זה משובח
זה הנקרא בלשונינו "יואלי פאות"
פראוו נאכאמאהל
הצלחה.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-23/1/2007 22:32 |
|
| |
די פאות וואס איך האב אנגענייעט?
איך פארשטיי (קאפטשע בלע"ז) נישט וואס דו רעדסט, אדער האסטו פארזוכט דעם ביטערן טראפן... (ווי ס'שיינט פון דיין תמונה אישית)
איז דער בילד דיר קענטליך פון ערגעץ ?
תוקן על ידי קאמענטאטאר ב- 23/01/2007 22:36:09
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 00:28 |
|
| |
קוימען טאטער
אתך הסליחה
דאס בילד אויף די וואנט קוקט דער ילד שעשועים אויף דרום, משא"כ אין דיין קליין פינגערהוטל ציור איז ער דערבויגן אויף צפון, דאס האט מיך אינגאנצן אפגעווארפן.
אקיצער' כ'הא שטארק מורא אז די מבינים וועלן דעם נייעם פרצוף פנים אויכעט באצירען כיד השם הטובה עליהם, ווייל דער נייער צדיקל האט נישט קיין "יואלי פאות" און דאס הייסט אין יענעם לאך פון דעם כדור הארץ "ניש קא האיימישער" . און ווער ווייס צו וואס דאס קען צוברענגען, דעי פארשטעלטע חברה.
Stay Tuned
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 20:29 |
|
| |
איך האב דאס געהערט פין פארלעסליכע מקורת, אין זיי האבען דאס אוועק געלייגט פארן בעסטען טאג "די סאנדעי נוי יארק טיימס"
|
|
|
|
| נשלח ב-24/1/2007 21:13 |
|
| |
איז עס א צופאל אז די פרעסע האט א געשמאק אין אונז? זענען דא היימישע וואס פיטערן זיי? וואס איז זייער ציל? בלויז די נארישע וויכטיגקייט געפיל פון רעדן צו א רעפארטער?
|
|
|
|
|