בית פורומים חדשות אנש אין בילדער

געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-24/1/2007 22:53 לינק ישיר 

האסט פארגעסן אז אונז האבן אינגעלייט מיט אמביציעס קיין האליוואד?...

דאס איז טאקע נאר מעט מזעיר, אבער נישט אוועקצומאכן...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 03:02 לינק ישיר 

אזויווי עבד עברי איז ליידער ארבייטסלאוזיג, און איך דארף ליידער שווער ארבייטען אגאנצען טאג, וויפיל דברים של טעם איך על שרייבען, אין מיים ביסעל צייט, וועט ער אלץ האבען די וועלטס צייט צו אנפילען גאצעטע אשכולות מיט שטותים און פוסטע שקרים,


ער האט נישט קיין שום פראבלעם זיך סותר זיין פון איין תגובה ביז דער צווייטער, דארף מען טרעפען איינער  כדוגמתו וואס זאל נעמען די צייט און פשוט צולייגען זיינע אייגענע תגובות איינץ מיט איינץ און ווייזען די לעכערלעקייטען דערינען, ווי ער שפרינגט ווי אשיכור פון איין זייט צו דער צווייטער, און טוישט טאון און ליניע פון איין רגע צו די צווייטע, לויט יעדע תגובה און ווי ווייט סרירט איהם אהן פרעזענליך

איך האף נאך קענען צוריקקמען און צונעמען די יסודותדיגע זאכען און וויזען ווי ער מיט זיינע שותפים טרייען מיט אפענע שקרים אפילו במילתא דעבידי ליגלויי,  צו זיין

מצדיק רשע ומרשיע צדיק, תועבת וכו'

תוקן על ידי allnewspic ב- 26/01/2007 3:59:43




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 09:07 לינק ישיר 

if I remember correctly it's the second



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 10:53 לינק ישיר 

טייערער נייער שרייבער "שויתי" דיין אינטערעסט איז געווען מתחילה נישט אריינצוגיין אין פאליטיק . נאר אינפארמירן דעם היימישן ציבור . פאקטן און נייעס פון די שטאט און יודישקייט לכאורה.
דערווייל זוכסטו צו פארדרייען פאר עפעס א אינטערעס וואס דיך באדערט בתוך תוכיות לבך.

בעט איך דיך "אותו יצה"ר תעבירו מלבבכם ונהיה כולנו באגודה אחת לעשות רצונו יתברך ולעבדו בלבב שלם"

וויסן זאלסטו אז די חששים וואס זענען היינט דא אין פלארידא . ביי די בעקערי (איך רעדט נישט יעצט פון די טעיק אוט וואס עס קען זיין טריפה מדאורייתא רח"ל) .
די זעלבע זאכען זענען דא אין וויליאמסבורג אליין..

איך רעד נישט פון די גערט... בעקערי וואס איך האב שוין געשריבען אז עס איז א מילתא דעבידי לגלויי . קענסט אליין אדער מיט דיינע חברים אריבערפארן די בריק און וועסט אליין זעהן וויא גויים באקען אלעס מילכיגס און פארעווע. איך רעדט שוין נישט פון די חששים ביי הפרשת חלה.
וויסן זאלסטו נאך א זאך . אז די או יו לאזט נישט אין זייערע בעקעריס באקן מילכיגס מיט פארעווע. און טאמער א בעקערי באקט צוזאמען די צוויי . דעמאלס זענען אלע פארעווע פראדוקטן פארצייכענט אוי יו דעירי. ווייל ביי זיי הייסט דאס מילכיג.
אבער נאך מער. עס איז דא א בעקערי אויף ליע עווע. ע. (נישט מזונות מבין) וואס הייסט היימיש. און ביז יעצט איז געווען א הפקרות . גויים האבען געבאקן . טאני פלעגט זיך דארט דרייען. די גאס האט געמאכט א ויצעקו. האט די התאחדות גענומען א משגיח הרב זיל.. א חשובער יונגערמאן . און ער נעמט ערענסט קער פון די בעקערי
איז פארגעקומען א טענה עפעס וועגען של"ס בילקעס צווישן הרב גליק פון די התאחדות מיט וו. דער בעה"ב פון די בעקערי. האט הר   ג די וואך אראפגעשיקט דעם משגיח. און האט געגעבן פאר דעם בעה"ב "וואל.. א ווייאלעשין טיקעט. מיט א קנס. אז מען האט געטראפן אין די בעקערי אז נאר גויים האבען געבאקן אהן קיין יוד מיט אן אזהרה אז טאמער דעס וועט נאך פארקומען . וועט מען עהם קאנסענען שטערקער.
זענען געגאנגען נעכטן נאכט עטליכע יונגעלייט און געוואטשט ביי סאנ.. בעקערי אין וויליאמסבורג באישון לילה. און געזעהן וויא א סטעף פון דריי גויים באקען אהן קיין שום יוד. און אינמיטן איז איין גוי ערגעץ אוועקגעפארן און געקויפט פון ערגעץ א טריפה געשעפט . א סענדוויטש מיט א טריפענע קאפי . און צוריק געקומען און אריין אין די בעקערי קנעטען מיט די קאפי אין די הענט די יונגעלייט האבען דאס געוואטשט.
האבען זיי צוריקגענטפערט פאר די התאחדות " מה נשתנה" פארוואס ביי ע.. האט מען געגעבען א ווייאלעשין און ביי ס.   נישט . אשוו מידותיכם . אדער טאר מען נישט לאזן די גויים אליין . אדער מעג מען יא. בשלמא ביי ג.. איז חאטשיג נישט אין די היימישע געגענט. אבער דא ביי ס... איז דאך בתוך העיר יעדער זעהט דאס הפקירות ואין פוצה פה ומצפצף.
איך הער אז עס איז דא א ערענסטען שמועס אז אלע בעקעריס גייען באקומען דעם הכשר פון נייעם סאטמארען בי"ד פון וויליאמסבורג אפשר דעמאלס וועט די זאכען האבען א תיקון.

שטעל דיך פאר
 אידען גייען קויפן חלות לכבוד ש"ק און קעיקס . מיטן הייליגסטען און בעסטן חותם די התאחדות. און זיי באקומען שוואכער וויא דאס שוואכסטע . סמיכה אויף גויים רח"ל.
דו ביסט דאך נאך יונג. אבער רבינו הקדוש בעל דברי יואל זי"ע ווען ער האט מייסד געווען די  התאחדות הרבנים מיטן עידוד פונעם קראסנער רב זי"ע. האט בשום אופן נישט געוואלט אז די התאחדות זאל געבען השגחות . עס איז דא דער אריגינעלער בריוו פון די תקנות פון די התאחדות נחתם בחותם קדשו פון רבינו הקדוש והטהור זי"ע ביי די קינדער פונעם אלטן קיויאשדער רב הרב אייכענשטיין פון פארעסט היללס. וואס ער איז געווען אנפאנג צייטן פון די בריחים התיכונים פון די התאחדות. התאחדות מעג נאר געבען א הכשר אויף פסחדיגע זאלץ און צוקער און פטעטע סטארטש. און אויל.
 די איבריגע זאכען פלעגען געבען דער באטורער רב ז"ל און נאך רבנים. אפילו אין די ת"ת האט מען גענוצט נאר די זאכען וואס הגה"צ ר י ה דייטש פריימענער רב פלעגט געבען די הכשר דער רבי האט נישט געוואלט אז די התאחדות הרבנים זאל געבען א הכשר
דעמאלס ווען עס איז בסוף ימיו של רבינו הק' זי"ע נתייסד געווארן די בית הוראה פארן אודוואריער רב שליט"א און די בי"ד המיוחד לענייני כשרות פאר הגה"צ מוואידיסלאוו. און הגה"צ מטארטיקאוו. און להבחל"ח הגה"צ ר"י ראטה קארלסבורג. איז הר גליק ניטאמאל געווען אין די התאחדות עפ"י רבינו זי"ע . שפעטער האט מען עהם צוריקגענומען. צוזאמען מיט הרב יודא גרו.. שפעטער ווען נאך די פובליק סקול מעשה האט מען ארויסגעווארפן. הרב ג . איז געבליבן א ג דער גאנצער שץ מאץ ועל פיו יצאו ועל פיו יבואו הוא וכל העדה. ע"כ.
און צו דיר שויתי. טאמער דו פארשטייסט נישט עפעס. אבער טאמער דו ווילסט עפעס פרעגען. קענסטו מיך פרעגען באישי . לא לקנתר רק לידע האמת. און איך וועל דיר בל"נ ענטפערן . כפי יד השי"ת הטובה עלי. . עס טוט מיר זייער וויי אז איך מוז אויסלופטערן די זאכען לעיני כל ישראל.

אבער ביי ס בעקערי קענסטו אליין גיין זעהן ווען דו ארבעטס נישט. ווער עס באקט יעדע נאכט און אויב עס איז דא א יוד דארטן. . געדענקסט דאך די שרעקליכע מעשה ווען מען האט געטראפן טרייפענע אייער פון טרייפענע קענס ותהום כל העיר. וד"ל. 

גלייב מיר נאכאמאל . עס טוט מיר נישט וויי פערזענליך.דיינע אנגריפן קעגן מיר  ווייל דער אמת בלייבט ווייטער אמת. איך וויל נאר נישט אז דער עולם וואס ווייס נישט זאל זיך איינרעדען דברי שקר. וואס דו אליין מיינסט אז עס איז אמת. ווייל דו ווייסט נישט אדער דו ווילסט נישט וויסען
יה"ר שתרצה לידע האמת ותלך בדרך האמת. ויתקדש ש"ש על ידך ועל ידינו. 

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-25/1/2007 11:16 לינק ישיר 

די פריערדיגע תגובה באלאנגט אין אמתן צו דעם אשכול . "צו מיר זענען גרייט אויף נאך א פינקל" וועגען די פלארידא פרשה וואס שויתי האט געגעבען פאלשע אינפארמאציע ודו"ק

אבער דא באלאנגט  די אינפארמאציע

עס איז דא א געשעפט אין וויליאמסבורג. וואס א טאכטער פון ב. פוצט אויס נשים פאר חתונות וכדומה. היינט אינמיטן טאג ווען אין געשעפט זענען געוווען עטליכע פרויען און מיידלך. איז אריינגעקומען א ירושלימער פרוי מיט א ירושלימער לבוש. און זיך גענומען צו זאגען אז אזוי וויא עס ליידער געשען לעצטענס א סאך עקסידענטען ל"ע . א בחור איז צו לאנג געווען אונטערן וואסער אין מקוה און דערטרונקען געווארן. ל"ע א צוויטער בחור אין מאנרא. וכדומה. (האט די פרוי דער בעה"ב פון די סטאר געזאגט אקעי איך געב אייך געלט.  זי האט געמיינט אז מען איז געקומען בעטען געלט)

האט זיך דיע ירושלימער פרוי גענומען צו שרייען.קולי קולות. אויך די בעלהבאסטע  . איר זענט דערשולד אויף אלע צרות רח"ל ווייל איר פוצט אויס די פרויען. רח"ל. שפארט שוין אפ אייער געשעפט איך גיי פון דא נישט ארויס. ביז מען וועט אפשפארן. זי האט זיך גענומען צומאכן שרעקליכע קולות אזוי וויא די שאבעס שרייערס. פון איראק און איראן דזשיהאד . אלע פרויען זענען געבליבן פארגליווערט פון שרעק.
ענדליך האט זיך די באלעבאסטע ארינטירט און געשריגען . "גייטס שוין ארויס פון געשעפט. אז נישט רוף איך די פאליציי" האט די ירושלימער פרוי געשריגען "איר מעגט רופן איך גיי נישט ארויס אפילו איר זאלט מיך ארעסטירען"   האט די באלעבאסטע געפרעגט. "איר קומט מכח רבנים? אדער איר קומט סתם מיט אייערע שטיק" האט זי נאכמער אנגעהויבן שרייען ממש וויא א בער. האט די בעלאבאסטע. געזאגט איר זענט א גנבטע איר האט נישט רשות צו טרעטן אין מיין געשעפט .עס איז א איסור דאורייתא גניבה.
האט די פרומע פרוי צוריקגעשריגען "ניין עס איז נישט אייער געשעפט און זי איז צוגעלאפן צו די מזוזה און געקראכט דערויף מיט כח און געשריגען. דאס געשעפט איז נישט אייער דאס איז דעם אייבישטען געשעפט. ארויס פון דא". ביז מען האט איר ענדליך פארטריבען.
זי קומט מכח דאס ביכל "עם סגולה" וואס ווערט געדרוקט דורך דעם טמעניק און מנוול ג. דער רוצח ערוץ און שרייער נאך נשים . וואס דער הייליגער בני יששכר זאגט עדות פון ר"מ פשעווארסקער זי"ע אז ער איז א "נואף" און האט נאר אונזין נשים ובתולות. און לייגט דאס נאך אריין אין שמד שטיק. און איז מטמא די גאנצע שטאט ל"ע. און ברענגט רח"ל אן אנדרלמוסיא . רח"ל. און שרייט נאך אויף אנדערע צו פארדעקען זיינע תאוות און זיינע טמנא רציחות . עושה מעשה זמרי "ניאוף" ומבקש שכר כפנחס. פונקט וויא ער וואלט געווען א קנאי.
דער באשעפער זאל העלפן עס זאל שוין מקויים ווערן ואת רוח הטומאה אעביר מן הארץ עס זאל נישט זיין ביי אונדז אזאלכע דזשיהאדס און רוצחים וויא די איראקער און איראנישע גויים. לא תהא תורה שלימה שלנו כשיחה בטילה שלהם.
הם רצים לבאר שחת ואנו רצים לחיי העולם הבא שנאמר אנשי דמים ומרמה לא יחצו ימיהם ואני אבטח בך. תרוממנה קרנות צדיק קץ הגאולה ע"י משיח צדקנו.

_________________




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-26/1/2007 03:24 לינק ישיר 

טייערער עבד עברי און די איבריגע שרייבערס.

איך לייען שוין דא די נייעסער און די וויכוחים אויפן היידפארק א לאנגע צייט. אוך איך זעה אז זייט לעצטענס ווען דער הרב עבד עברי האט אנגעהויבן צו שרייבן די מגילות ארוכות. אז ער איז נישט סתם אבי ווער. ער איז עפעס נישט קיין סתם שרייבערל וויל איך מיך ווענדען צו עהם דא ברבים.

הער מיך אויס הרב עבד עברי ..איך בין א שריפטקענער און איך זעה פון דיינע געשרייבעכץ אז דו ביסט א ת"ח עצום נישט סתם געווענליך. און דיינע מגילות האב איך פאר מיר געקאפיט און דורכגעלייענט עטליכע מאל . און אויך געוויזען פאר מבינים. . איך האלט אז עס  איז נישט לפי כבודך צו טענהען מיט די סתם שרייבערליך דא אויפן אינטערנעט. וואס זיי זענען בכלל נישט דיין גלייכן.

איך זעה אז דיינע ידיעות זענען קראנטע און דו באקומסט די ריכטיגע אינפארמאציע פון מקורות מוסמכים .
נאך א זאך זעה איך אז דו טאנצט אויף ביידע חתונות פון די ארונים און זאלונים.אזוי וויא א נארמאלער מענטש וואס נעמט נישט קיין שטעלונג אין די פארטייען.  
אויך זעה איך אז דו האסט א שטארקע התקשרות לבית הדיין ק . וואס מען האט עהם דא לעצטענס ארויפגעברענגט זייט די מעשה פון די שמן זית.
 דו האסט דא לאנג צוריק דערמאנט אז דיין רבי איז א גאון הגאונים וכו' וכו' אפשר ביזטו גאר א תלמיד פון הדיין הנ"ל. ווען ער איז געווען ראש ישיבה אין סאטמאר מתיבתא אין בארא פארק פאר 22  יאר צוריק בערך תשל"ה. אדער האסטו געלערענט ביי אים אין כולל ווען ער איז געווען ראש הכולל ביי מרן הרה"ק מסקולען זי"ע אין תשל"ב אין קראון הייטס. . אדער אין זיין אייגענעם כולל וואס ער האט אנגעפירט אין די יארן פון תש"מ. אין או... ביהמ"ד אין וויליאמסבורג.
 
אזוי וויא ביז יעצט האב איך נישט געבעטן קיין רשות כתיבה. אבער אזוי וויא זעה אז לעצטענס רעגטסו דיך געפערליך אויף און שרייבסט שוין צו שארף. . האב איך גענומען רשות כתיבה אין דעם פורום. דיך צו בעטן . טענה נישט מיט די סתם שרייבערלעך. אפשר מיט באטשי. אדער דיפלאמאט
איז כדאי אביסעל זיך צו ווערטלן . אבער נישט צו רעגן זיך .
אלע עקשנים וועלען ממילא בלייבן עקשנים . קבל את האמת  ממי שאמרו.
איך וויל אויך הערן די מיינונג פון אלע שרייבער בנוגע דעם ענין.  א דאנק




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/1/2007 04:17 לינק ישיר 

ממש א שאד, אויב דיין גאנצען ציהל איז פשוט צו בעטן עבד עברי זיך נישט צו טענהן, האסטו דעיס געקענט טוהן אין תיבה פרטית, האסט נישט וועגען דעם געדארפט באקומען קיין רשות כתיבה....

אויזער אויב האסטו געהאט נאך אנדערע טעמים........



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/1/2007 22:27 לינק ישיר 

איןבעיה כתב:

איך האב באקימען אינפארמאציא אז דער NEW YORK TIMES גרייט צו א גרויסען ארטיקעל פאר דעם קומענדיגען זונטאג איבער דעם טאוועל.




i didnt get a chance to buy it this week. was there a pic of it? did they wrote about it?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/1/2007 23:53 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2007 17:57 לינק ישיר 

זעט אויס איןבעיה ווייסט יא וואס ער רעדט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-4/2/2007 18:02 לינק ישיר 

דא האט איר דעם ארטיקעל פינעם היינטיגען ניו יארק טיימס, עס איז נישט ערשיינען פאריגע וואך צוליב אן ענדליכען ארטיקעל וואס האט באשריבען וועגען א ענדליכע וואנדעלזירונג ביי די ארטיסטען.


Williamsburg

With Curls and a Haircut, a Billboard Is Reborn

Josh Haner/The New York Times

On a billboard in Williamsburg, fake graffiti is part of the design.

Published: February 4, 2007

THE first time, the boy ended up with a smear of black paint across his face. But after some digital alterations — adding curls on the sides of his face, shortening his haircut and buttoning his shirt higher at the collar — he was ready to try again.

The boy was not offended by these changes, because he is not real. Rather, he is an image on a Williamsburg billboard for Oorah, a children's charity that wants to encourage donations of cars.

The group advertises in Williamsburg, leaders of the organization say, because the Hasidic Jews of the Satmar sect, many of whom live in the neighborhood, are generous donors. But the original billboard was defaced last spring, apparently because it offended the religious sensibilities of some of the Satmars. It stayed that way until the boy's makeover was revealed on Jan. 3.

''They don't want to see a clean-cut boy without the traditional peyos that their own children have,'' Chana Nestlebaum, the group's public relations director, said, referring to the young Satmars' side curls. ''It's of importance that the children portrayed in their community look like their own.''

In something of a pre-emptive *, spray-painted graffiti was incorporated into the new billboard, which stands over the corner of Lee Avenue and Keap Street. The message reads, ''Zeit menadev aer car,'' Yiddish for ''Donate your car.''

''We thought that injecting humor might also defuse tension,'' said Rabbi Eli Mintz, the director of Oorah, ''and perhaps even work to our advantage as a marketing tool, and bring in more cars as a result.''

He may be right. The agency said that it had been getting been getting positive responses and that the billboard was being talked about in the streets and in the shuls.

No one is sure who painted over the first billboard. ''Like in any group, there are some hotheads who are exercising the restlessness of their age,'' said Marty Needelman, a lawyer who lives in Williamsburg.

The billboard was not the neighborhood's only advertising casualty. Storefront signs are routinely taped or painted over because some consider them inappropriate. The Web address on a sign for a kosher-food delivery service, Cafe W, was blacked out; the Satmars don't use the Internet.

Still, officials of Oorah are just relieved that the problem involving their billboard was resolved with a few keystrokes on a computer.

''We have a good relationship with the Satmar community,'' Ms. Nestlebaum said. ''They are charitable and supportive of our work.''





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-6/2/2007 17:13 לינק ישיר 

וועבזייטלעך וואס רעדען וועגען דעם ארטיקל


http://www.gothamist.com/archives/2007/02/05/orthodox_jews_b.php

http://www.bangitout.com:80/articles/viewarticle.php?a=1751



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-8/2/2007 21:23 לינק ישיר 

the way the goiym look at it, is in my opinion a big chillul hashem, one should think twice before doing a stupid act, bringing public shame to the whole jewish community




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-9/2/2007 04:49 לינק ישיר 

Mr. Chaplaim you expect them to do what ? THINK?  now, thats a new one.

Can you please explain to these leidigeirs what this creation "thinking" is all about?      and then ask them to try to "think", even once, forget about twice




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/2/2007 14:05 לינק ישיר 

איך מיין אז עס איז געקומען די צייט אויפצוהערן עוסק זיין אין נעגאטיווע זאכן. מען מעג שוין אנהייבן אויפצוטון עפעס פאזיטיוו. פארוואס איז מען אלץ פארנומען מיט וואס און מיט פארוואס מען טוט נישט גוט.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > חדשות אנש אין בילדער > געמיינע יונגען פאר'מיאוס'ן וויליאמסבורג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 ... 5 6 7 לדף הבא סך הכל 7 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.