ביי די מסיבה האט מען געזען מי ומי ההולכים.
עס האבן געשטראמט הונדערטער יונגעלייט, אבער כמעט קיינער פון זיי איז נישט געווען א זאלי. 95 פראצענט פון די ציבור וואס האט זיך באטייליגט זענען געווען חסידים פון רבי'ן און פון רב שליט"א.
עס איז געווען א סוקסעס וואס קרית יואל האט נאך קיינמאל נישט געזען ביי א טיי אוונט.
צווישן די אידן וואס זענען געקומען און זיך משתתף געווען איז געווען ר' אלישע האראוויץ און ר' אליעזר ווייס, מראשי הקהלה, און נאך (מארגן וועל איך ארויפלייגן א לענגערע רשימה פון די מכובדי הקהלה וואס האבן זיך משתתף געווען.)
מען האט געקענט זען ווער ס'מיינט אמת'דיג און ווער ס'זוכט נאר אפצוטאן. די זאליס זענען נישט געווען צום געפינען ביי די מסיבה. ווען עס קומט צו געבן געלט איז קיינער פון זיי נישטא.
ווי יעדער ווייסט איז דער ביטערער בלוט בלבול אויסגעטראכט געווארן דורך א גרופע רשעים, זאלונים צוזאמען מיט אהרונים, וואס האבן עס געטאן מיט איין איינציגן ציל, רשעות לשם רשעות, כדי צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער אז זיי זאלן בלייבן נאר ברשות אשתו. בשעת מעשה האבן די זאליס זיך ארומגעדרייט און באשמוצט דעם רב אז אין זיין ישיבה ארבעט א קעכער וואס מען זאגט אויף אים געפערליכע זאכן, כאטש זיי אליינס האבן קלאר געוואוסט, פונקט ווי יעדער איינער, אז עס איז א געמיינער בלבול און בלויז געצילט צו צווינגען דעם יונגערמאן מוותר צו זיין אויף זיינע קינדער.
אבער ווען דער חשוב'ער יונגערמאן איז באפרייט געווארן פון זיינע צרות, האבן די זאליס מיטאמאל אויסגעדרייט דעם דאשיק. זיי האבן אנגעפאנגען צו קלעימען זיג. זיי האבן פלוצלינג זיך אנגעפאנגען צו מאכן כאילו זיי האבן גארנישט געהאט צו טאן מיט די גאנצע זאך, כאילו זיי זענען די גאנצע צייט געווען לטובת דעם יונגערמאן און אים געהאלפן.
Well, היינט נאכט האט זיך ארויסגעשטעלט ווער עס האט באמת געמיינט די טובה פון דעם יונגערמאן און ווער עס האט געמיינט רשעות. מען האט קלאר געזען פון וועלכן לאגער מען האט געשטראמט צו די מסיבה און געעפנט די פאקעטס און זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער.
 |
|
|