| נשלח ב-7/4/2006 18:37 |
|
| |
איז דא א פראבלעם מיטצוהאלטן ספארט'ס ?
איך האב נארוואס באמערקט ווי אברהמ'טשע רעדט זיך אויס דאס הארץ אין "בחדרי חרדים משפחה אידיש", בנוגע דאס וואס פיל היימישע אידן האלטן מיט פארשידענע ספארט'ס, און ער וויל וויסן אויב עס איז דא א פראבלעם דערמיט.
איך האב אים נישט געפרעגט קיין רשות, אבער דאכט זיך אז עס איז מער פאסיג אין דעם פארום, דערפאר ברענג איך עס דא אהער, שלא בידיעתו, אבער האפנטליך נישט כנגד רצונו.
איך וועל נישט יעצט מאריך זיין, איך וועל קאנצענטרירן די קשיא אין איין ווארט, איז דא א פראבלעם פאר א איד מיטצוהאלטן די גוי'אישע ספארט'ס ?
און וואס טוט זיך מיט אליין שפילן ספארט'ס ?
|
|
|
|
| נשלח ב-7/4/2006 18:39 |
|
| |
אברהמטשע:
עס איז נישט איינגעפירט ביי אונץ היימישע חסידישע יודן צו זיין עמטליך אריינגעטון אין גואישע ספארטץ, אבער פאקטיש זענען דא פיל מיט חסידישע יונגעלייט וואס זענען ביזי מיט עס, סאיז דא וואס לערנען אויך אויס פאר די ווייבער די ספארטץ, און אנדערע מענטשען מאכן פון עס א ריזיגע סוד און זענען ביזי מיט עס אונטער די רוקן פון די ווייב, אויך איז דא מענטשן וואס די ווייב ווייסט יא אז די מאן איז ביזי מיט די ספארטץ אבער זיי נישט, און נאר די מאן האלט עס מיט.
איך קען זייער אסאך חבירים מיט וועם איך בין געווען אין ישיבה און דארט הייבט זיך עס אן ווייל מהאט נישט קיין געדולד צו לערנען און מען האט נישט וואס צו טין, וועגן דעם זוכט מען וואס צי טון. שפעטער נאך די חתונה אסאך מאל אפילו אויב מען וויל זיך אפגעוויינען פון עס קען מען נישט און עס איז זייער שווער.
איינער האט זיך נעכטן אפגערעדט פאר מיך זייער שטארק אז ער קען זיך נישט פינישן דערמיט, און עס באדערט פאר זיין ווייב זייער שטארק, און אויך עם ווייל די קינדער וואקסן עם שוין אינטער, און ספאסט נישט אז ער זאל זיין פארטון מיט זאכן וואס הייסן גויאיש.
איך האב אים נישט געוויסט וואס צו זאגן, עס האט אויסגעקוקט ווי ער איז זייער פארווייטאגט, ער טענהט אז ער ווייסט פון אסאך עלטערע ערנסטע מענטשן אפילו ראשי קהילה וואס זענען נאך שטילערהייט ביזי מיט ספארטץ און זיי קענען זיך נישט אפגעוויינען.
די זאך איז אז ביי די ליטווישע וועלט און אפילו ביי אסאך חסידישע הויפן איז עס בכלל אינגאנצן נישט אזא עוולה, און נאר ביי די גאר היימישע איז עס ממש אסור.
ווער עס האט עפעס עקספיריענס מיט דעי זאכן איז וועלקאם ביטע צו זאגן אז איך זאל וויסן וואס צו ענטפערן פאר די חבר וואס האט מיך געפרעגט און א צווייטע איד זאל הנאה האבן, איך בין זיכער אז דא איז אויך דא אסאך מענטשן וואס האבן אליינס די פראבלעם אדער ווייסן פון אנדער וואס האבן עס. און במילא וועט מען קענען העלפן. יישר כח.
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 16:23 |
|
| |
קודם כל סתם הערה, דבר שנהוג לאיסור בדרך כלל שואלים האם יש מקום להתיר לאיזה צורך, ולא להיפך האם יש צד איסור, כי הנך להם לישראל אם לאו נביאים הם בני נביאים הם. אבל מצאתי תשובה באגרות משה המקובל כמיקל והנה דבריו כלשונו.
"שו"ת אגרות משה חלק יו"ד ד סימן יא *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />*:namespace prefix = o />*:namespace prefix = o />
=================================
מע"כ ידידי הנכבד הרה"ג מוהר"ר צבי יהודה טייכמאן שליט"א.
א. אם אסור מצד בחוקותיהם לא תלכו, ללכת לתיאטרון ואיצטדיון ספורט בימינו
באלו שנקראו תיאטרון שעושין שם ענייני שחוק, וכן איצטדיון, שהם המקומות שמשחקין ספארט, לא שייכי בהו עניין ובחוקותיהם לא תלכו (ויקרא קדושים י"ח י"ג), דהוא דווקא כשהוא חוק להעכו"ם לעשות איזה דבר בעלמא, אף כשאין זה מחוקי הע"ז שלהם, אבל עכ"פ הם ענייני חוקים שהנהיגו ביניהם - לא רק דברים של פריצות אלא אף דברים בעלמא - שלא ידוע טעם, כדאיתא ברמ"א יו"ד סימן קע"ח סעיף א'. ואין כוונת הרמ"א במש"כ או בדבר שנהגו למנהג ולחוק ואין טעם בדבר דאיכא למיחש ביה משום דרכי האמורי ושיש בו שמץ ע"ז מאבותיהם, שהוא ספק, אלא שהוא בדין ודאי. דמאחר דאין טעם נגלה ומובן, יש לנו לתלות שהוא עניין מחוקי עבודה זרה. אבל כשאיכא טעם למה שעושין, כהא דאיצטדינין וכרקום שאיתא בע"ז דף י"ח ע"ב שהוא לליצנות, ליכא בזה משום ע"ז, אף שהוא דבר אסור מצד איסור ליצנות, וכל ההולך שם עובר באיסור מושב לצים ובביטול תורה - לא רק על זמן זה - אלא שגורם לו להיות בטל לגמרי מתורה כמפורש שם. וכ"ש בתיאטרון הנמצא כעת במדינתנו, וכן האיצטדיון של משחקי ספארט, ואף במדינות אחרות, דעושין זה סתם אינשי מהנכרים שבעיר שלא שייכי כלל לעניני ע"ז. וכמדומני שהכומרים דאמונת הנוצרים, שהיא עתה אמונת רוב אוה"ע, נמי לא ניחא להו עניני תיאטראן ואיצטדיון. וגם לא ניחא בזה לאנשי אמונת המוחמדים שהוא אמונת מדינות טערקיי וכל מדינות ערב. שא"כ רוב המדינות שבהן נמצאים תיאטריאות ואיצטדיאות לא שייכי כלל לאמונתם, שוודאי לא שייכי להלאו דובחוקותיהם לא תלכו, אלא הם מאיסור ליצנות וביטול תורה. וגם עוד איסור גדול יש דמגרי יצה"ר של עריות בנפשיה דרובן הם דברי ניבול פה והסתה לעריות."
תוקן על ידי - שעפסל - 09/04/2006 16:25:50
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 01:55 |
|
| |
איך ווייס נישט אויב איך וועל נאך האבן א שאנס דא צו זיין בעפאר דעם געהויבענעם יום טוב, און חול המועד וועל איך דאך אודאי נישט קענען שרייבן דא, הן מפני קדושת המועד, והן מפני חשש חמץ, אבער איך וויל פארט אריינווארפן א נקודה למחשבה, וואס איז באמת דער אייגנטליכער באזיס פון די דעבאטע, און נאך פסח וועל איך, אדער איר, אי"ה ממשיך זיין.
דער קאמף איבער ספארט'ס און טעאטער'ס האט זיך אנגעהויבן ביים אידישן פאלק אין די יארן פון אנהייב ד' אלפים, די צייטן וואס די יוונים האבן געוועלטיגט איבער ארץ ישראל, און די "וואט'ס ראנג" שפראך האט דאמינירט די דעבאטעס צווישן די ערליכע אידן [חכמים, פרושים] און די מתיוונים [כהיום: מאדערנע בלע"ז].
איינע פון די הויפט קאמפן צווישן זיי איז געווען איבער דעם ענין פון טעאטער'ס אדער דער "איצטדיון" [סטעדיום בלע"ז], אין יענע צייטן איז דאס ביי די ערליכע אידן באטראכט געווארן ווי אן ענין פון "יהרג ואל יעבור", וואס איז געווען די סיבה פארוואס די חכמים זענען געווען אזוי שארף אקעגן דעם ענין ? און וואס זאגט דאס פאר אונז אין אונזערע צייטן ?!
לדעתי איז אוממעגליך אנצוהייבן א געהעריגע דעבאטע אן געהעריג שטודירן די נושא פון א היסטארישן שטאנדפונקט, נאך וואס דאס איז שוין געהעריג צונומען ערשט דאן קען מען אנהייבן דן זיין בנוגע דעם צוגאנג דערצו אין אונזערע צייטן.
 |
|
|
|
|
|