ווי ווייט איך געדענק איז דאס שרייבן נישט קיין פראבלעם ווייל דאס עצם שרייבן איז עפעס א פראבלעם נאר דאס אז די חז"ל האבן דאס אריינגערעכנט אויף די ליסטע פון מלאכות, און זיי האבן איינגעזען אז דאס איז א מלאכה. ממילא אלס דעם טעם וואלט איך מיך ערלויבט צו זאגן אז דאס איז נאך אלץ דא, און אפילו נאך אויף א גרעסערן פארנעם, ווייל איך גלייב נישט אז דער רשב"א האט געקענט אזויפיל מאל איינטינקען דאס פענע אין טינט און אזויפיל ווערטער אריינשטופן שרייבן אין א מינוט ווי אונז , ממילא בלייבט דאס פאררעכנט אלס א געהעריגע מלאכה וואס מען טאר נישט טון אין חול המועד.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
ממילא איך ווייס נישט צי עס איז דא התירים , מסתמא יא, אבער באמת אויב האבן זיי געשאצט אז דאס שרייבן , ווואס מיינט צולייגן קאפ צו טראכטן און דאס ארויסגעבן דורך שרייבן, אפגעזען צי דאס איז טינט צו קלאפן מיט די פינגערס אויף אן אנדערע וועג, איז דאס וואס זיי האבן געמיינט,
(גאר אנדערש ווי א געים באי) און אויב זענט איר מהדר אויף די פילע גג על גג חומרות, דארפן מיר אויך נאכגעבן דאס שרייבן אין חול המועד אויפ'ן פארק וואס איז ווייט פון בלויז א חומרא, און איך בין זיכער אז דער עולם וועט מוחל זיין די גאר אינטערעסאנטע אשכולס.
לאמיר מאכן א קידוש השם און ווייזן אז מיר קענען טון דאס מינימאלסטע און זיך "עפעס" איינהאלטן, און זאל דאס שוין זיין לרפואת רבינו.
|
|