| נשלח ב-9/4/2006 19:56 |
|
| |
איז די ביליגע פסח יריד'ס א מצוה?
איך שטיי און קלער, איז די ביליגע פסח יריד'ס א מצוה? אדער גאר א עוולה, איך פארשטיי אז צרכי עמך מרובים, און דער ציבור איז אנגעשטרענגט מיט די געוואלדיגע כסדרדיגע הוצאות, ובפרט פאר אזא יום טוב פסח ווען די הוצאות זענען פילפאכיג, איז אז מען קען העלפן די דאזיגע שוואכע בעלי יכולת, איז לכאורה א גרויסע מצוה,
אבער וואס טיט זיך מיט די סוחרים, וואס ווארטן קוים אויף זייער סעזאון, זייערע קינדערלעך דארפן דען נישט האבן קיין נייעם מלבוש אויף פסח?, קומט דעם נישט פאר דעם סוחר, וואס איז א נהנה מיגיע כפו, קומט עם נישט ער זאל מאכן פרנסה בדרך כבוד?, דער שיך סוחר וואס ווארט שוין אויף דעם פאר פסח, ער זאל מאכן אביסל פרנסה, ער זאל קענען קויפן די מצות און וויין אויף פסח, קומט עם דען נישט אז מען זאל עם פארגינען צו מאכן די פאר דאלאר בדרך כבוד?,
מילא פאר די מעוטי יכולת, דארף מען א וודאי העלפן, און ס'איז דא ב"ה ארגעניזאציעס וואס באפאסן זיך מיט דעם, און זיי געבן טאקע פאר די דאזיגע משפחות מיטן גרעסטן מאס זהירות בכבודם, זיי זאלן זיך חלילה נישט דארפן שעמען, און דא איז דאס פלאץ ארויס צוברענגען די געוואלדיגע ארבייט וואס דער מוסד "קרן עזר" לייגט אראפ אויף דעם געביט, זיי טוען אויף גדולות ונצורות, זיי האבן שוין ממש געראטעוועט גאנצע משפחות פון אינטערגאנג, משפחות נישט נאר ארימע משפחות, נאר משפחות וואס הייסן בעליבאטישע משפחות,און אפילו משפחות וואס הייסן גאר פון די עשירים, וואס זענען נעבעך פאר פארשידענע סיבות געקומען צו א מצב אז זיי האבן נישט קיין לחם לאכול, און ווער רעדט נאך פון א סוט אדער שיך פאר די קינדערלעך, און דא קומט אריין "קרן עזר" אין די פיקטשער , וויאזוי זיי ווערן נאר געוואר פון דעם מצב, פלוצלינג געווינט דער דאזיגער משפחה א גיפט סערטיפיקעט פון G&G פאר $1000 אדער $500 אין שיך סטאר, וכו', דאס אלעס ווערט געטוהן מיט אזא כבוד אז אפילו דער מקבל האט נישט קיין אנונג אז ער האט דאס באקומען, אזוי איז דא מערערע ארגאניזאציעס וואס העלפן אידן בעלי נצרכים, אשרי העם שככה לו...
אבער צו געבן פאר יעדן איינעם, אפילו פאר עשירים, איז לכאורה א געוואלדיגע עוולה, איך בין געווען די פאריגע וואך ביי דעם פסח יריד, ווי יעדער איז געקומען כאפן בארגינס, און איך זאג יעדער, ווייל איך האב געזען דארט גאנץ שיינע בעלי בתים און אפילו עשירים, יעדער האט ליב א בארגין, יעדער האט ליב צו כאפן א מציאה, אבער וואס איז די חכמה, מען גייט צום האלסעילער, און מען רעד עם צו אז ער "מיז" געבן זיין סחורה מיט א ספעציעלן דיסקאונט, און דער סוחר וואס פארכט זיך צו פארטשעפענען מיט דעם קהל, איז געצווינגען בדלית ברירה אראפ צו גיין מיט די פרייז, "כופין אותו עד שיאמר רוצה אני" און, והעיר... צהלה ושמחה, איי פארואס זע איך נישט ווי די "קהלישע" פראדעקטן זאלן ווערן ביליגער, וואס טיט זיך מיט די מצות, וואס דאס איז א קהלישע ביזנעס, דארף דאס טאקע קאסטן $18 א פונט?, וואס טיט זיך מיט די פלייש, געט מען דאס אויך פאר קאסט פרייז?, א וודאי נישט, זיי ווילן מאכן מיין פראפיט ווי עס געהער צו זיין, נאר דער גראסערי סטאר, וואס קיקט ארויס אויף דעם פאר פסח, עם מעג מען באעוולען,
איך בין נייגעריג דעם מיינונג פונעם ציבור. און, ניין, איך האב נישט קיין גראסערי סטאר, און נישט קיין שיך סטאר...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 20:57 |
|
| |
יענקעלע ביזט הינדערט פראצענט גערעכט, איך ווייס פון אסך אידען אין קרית יואל, וואס גייען דירעקט ניטש קויפן ביי די שבת אחים ווייל זיי פארשטייען אז עס איז נישט פאר זיי,
תוקן על ידי - טאגליכט - 09/04/2006 21:31:43
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 21:11 |
|
| |
איך האלט עס איז סתם איבעריג ווייל קודם כל אלע גראסערי האבן שוין היינט צוטאג אויך פאר ביליג &זיי דעליווערן עס און די אלע מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט בארגען זיך צוזאם יעצט ווייל מ'שפארט אפאר טאללער און נאכדעם האבן זיי חובת ביז איבערן קאפ
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 21:22 |
|
| |
טאגליכט, אזוי ווי דו האסט אויסגעמעקט דיין תגובה, האב איך אויסגמעקט מיין אנטווארט.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 09/04/2006 21:55:59
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 22:07 |
|
| |
רבותי, 165 צפיות, און נאר 3 תגובות?, האט טאקע דער ציבור נישט קיין מיינונג אין דעם נושא? שרייבט: 1- ס'איז א גרויסע מצוה, 2- ס'איז א געוואלדיגע עוולה, 3- ס'איז א געוואלדיגע מצוה, ווייל... 4- ס'איז א געוואלדיגע עוולה, ווייל... 5- איך בין נוטה לכאן ולכאן, ווייל... אבער, שרייבט, לאזט אייך הערן,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 22:37 |
|
| |
יענקעלע איך האלט אז עס איז יא א מצווה
{כאטש די האסט גיטע פוינטס אז נאך זאכען דארפן ווערן ביליגער {מצות, פלייש,וכדומה},גערעכט יענטץ אויך, אין דאס אויך,}
אבער ווי באלד איך האב יעטץ א אנדערע גרויסע מצווה פין העלפן די ווייב מאכן פסח'דיג וועסטע מיזען ווארטען
|
|
|
|
| נשלח ב-9/4/2006 23:59 |
|
| |
ס'איז א גרויסע מצוה, יענקעלע דער עולם איז ביזי מיט פסחדיג מאכן וועגן דעם איז דער עולם נישט דא
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 00:04 |
|
| |
אה !!! ס'איז פאר פסח??? פסח פלעגט דאך זיין 12 וואכן נאך פרשת שמות, און יעצט איז דאך נאר 2 וואכן נאך א' שמות, עפעס שטימט נישט ...
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 03:48 |
|
| |
יענקעלע
חוץ דיין פוינט פון אוועקנעמען פון די סוחרים זייער סעזאן, ובפרט ביי גראסעריס וואס געבן
סיוואו 10 ביז 15 % אויף גרויסע ארדערס אויב מען באצאלט אויפן פלאץ, און אויך די פאקט אז זיי
דערליווערן
קומט נאך צו נאך א נקודה
די נקודה איז
וואס עפעס פאר פסח
פאר פסח ווען מען איז סייוואו אנגעשטרענגט מיט מצות, פלייש, פיש, קליידונג
לייגט מען נאך צו
פעיפער און פלעסטיג גודס אויף "א גאנץ יאר"
ווער האט די איבעריגע עטליכע הונדערט דאלער יעצט פאר פסח
זאל מען מאכן דעם סעיל פאר חנוכה, אדער נאך שבועות, ווען עס איז נישטא קיין צרכי פסח, אדער
סוכות הוצאות פון סוכה, ד' מינים,
לויט מיר איז עס נאך א תוצאה פון דעם 'תנא הכנסה הוצאה קרי לה'
דוקא יעצט ווען מען האט נישט קיין איבעריגע פעני, ספענד מען נאך עטליכע הונדרעט דאלער
און נאך מער, אז מען קויפט אין די דאזען, און ביי די קעיס, איז הדברים ידועים, און א פאקט, אז
מען טיילט, פארנוצט, און פאר'תכל'וועט עס אסאך שנעלער
איין הסבר, בדרך הלצה האב איך
אז עס איז ידוע מפי ספרים וסופרים אז צרכי יו"ט קומט צוריק איז דעריבער אויב קויפט מען זיך
אן, און עס איז אפיציעל פאר פסח קומט דאך עס צוריק ממילא לוינט עס
אבער אפילו לויט דעם, קען מען עס טאן לכבוד יו"ט שבועות, והדרה קושי' לדוכתיה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 05:15 |
|
| |
פאקטיש, 100% גערעכט,
פוינט # 1- מען בארגט זיך צוזאם געלט ווייל מען וויל נישט פארפאסן דעם גרויסן סעיל, וואס איז באמת נישט קיין שום ריוח, ווייל ווי באקאנט, איז א סעיל נאר דאן א מציאה, אויב איך קויף נאר וואס איך וואלט במילא געקויפט, און איך דערוויש דאס ביליגער, דאן איז עס א מציאה, אויב אבער קויף איך זאכן וואס איך וואלט נישט געקויפט, איך קויף דאס נאר ווייל עס איז דאך ביליגער, איז דאס נישט קיין ריוח נאר א הוצאה,
פוינט # 2- וואס איך האב געשריבן, אז מען קלאפט די איבעריגע סוחרים נישט יושרדיג, ווייל דער סוחר וואס דינט אייך א גאנץ יאר, ערב שבת ויו"ט, ביינאכט, פורים, חול המועד, וכו', דעזערווט מען זאל עם שטיצן ווען מען קויפט איין קוואנטיטי, ס'איז נישט יושר, צו צווינגען די האלסעילערס זיי צו געבן סחורה נידעריגער פון האלסעיל פרייזן, ווייל דאס גייט דאך פאר נצרכים, ווען למעשה גייט דאס נישט "נאר" פאר נצרכים,
פוינט # 3- איך זע נישט אז די קהילות זאלן זיך אזוי זארגן פארן וואוילזיין פונעם ציבור, אזוי ווי איך האב געשריבן, מצות איז אפ-נארמאל טייער, פלייש איז נישט ביליגער אויף פסח, פרובירטס דינגען א האל ביי די מוסדות וואס כלומפערשט קימערן זיי זיך פארן וואוילזיין פונעם ציבור, וועט איר זען אז איר וועט צאלן טבין ותקילין, כאטשיג די מוסדות מאכן פון די האלס עפרות זהב, א האל אויף איין נאכט קאסט טויזענטער בלי שום גוזמא, און ווען נאך וואלט מען געדארפט שפארן געלט פארן ציבור, ווי בעת מען מאכט חתונה א קינד ווען די הוצאות זענען אזוי געוואלדיג גרויס, און כידוע אז די מוסדות וואלטן נאך אלץ געהאט א גאר שיינע הכנסה מיט העלפט געלט,
אבער ווי געשריבן, ס'איז געווארן אזא קאמפעטישאן, צו ווייזן איך בין ביליגער, ווען דיך קאסט נישט קיין פעני, ליידן דערפון ליידן נאר די האלסעילערס, און די א גאנץ יאריגע סוחרים, וואס קיקן ארויס אויף דעם פאר יום טוב, צו קענען לייזן אביסל ברחבות,
איך פארשטיי אז קאמפעטישאן איז גיט, אבער עס דארף צו זיין יושר'דיג, אויפן זעלבן LEVEL, אויב פרידמאן'ס גראסערי אויף 13טע עוועניו, אדער הצלחה גראסערי אין וויליאמסבורג גיט ביליגער דארפסטו אויך קענען געבן ביליגער, פריעדמאן און הצלחה זענען פונקט אזעלעכע סוחרים ווי דו, אבער ווען דיין קאמפעטישאן איז נישט קיין גראסערי סטאר אדער א סופער מארקעט, נאר מען קומט מיט פראטעקציע און קוועטשן מיט א צדקה אויסרייד, איז דאס נישט אויפן זעלבן LEVEL, און מיט דעם קען דער סוחר נישט קאמפיטן, און לדעתי איז בכלל נישט יושר.
תוקן על ידי - יענקעלע11 - 10/04/2006 5:38:45
 |
|
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 05:34 |
|
| |
צו סיז גיט, א וודאי יא, פאר דו קונים איז דאס זייער גיט, דו קונים האבן הנאה דערפון, צו סיז יושר, א וודאי נישט, אזוי ווי יאנקעלע האט געשריבן,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 19:16 |
|
| |
פאקטיש, יענקעלע, געווענליך שרייבטס עטץ צי דער זאך איך פארשטיי נישט פארוואס פינקט איצט נישט,
פאקט 1 דער עושר/אינגערמאן מיט ברייט פרנסה. קען זיך יא ערלויבען די איצטיגע 500 דאלער פאר פסח אויך
פאקט 2 דער ארימאן בארגט זיך סיי ווי אן פאר פסח פאר שיך, קליידונג וכדומה, בארגט ער פאר פעפער גודס אויך, אזוי אז א גאנץ יאר וועט ער צאלן ביליגער גראסערי לכבוד דעם
פאקט 3 קיינער וועט נישט ניצען מער פעפער גודס ווייל עס האט געקאסט ביליגער! מען וועט נישט אנטין פאר קינד צוויי פעמפערס אויף אמאל , עסן מיט צוויי לעפלעך אויף אמאל, וכדומה מילא איז נער'יש צי זאגען אז וואס מען קויפט ביים סעיל גייט שנעלער אויס יעצט איז די צייט וואס די אויסגערעכטע מענטשן סטאקן זיך אן אויף במשך דעם יאר, נישט פאר שבועות, פינקט ווי מען קויפט יעצט אלע נייע קליידונג,אפלייסענס, וכדומה
פאקט 4 דער גראסערי מאן שטעלט זיך נישט צי צום קאסטומער קיין כי הוא זה על אף וואס ער ווייסט אין ער זעט די גרויסע הוצאות קיין שום אייטעם איז נישט ביליגער {ע"פ רוב} מילא איז נישט מער ווי רעכט אז מען זאל זיך נישט רעכענענן מיט עם אויך נישט!! נאר אדרבה מען זאל זען צי שפארן פארן עולם געלט
פאקט 5 עס איז א מציאות אז פין די פסח סיזאן דהיינו א וואך פאר פסח, פסח אליינס, א טאג נאך פסח, פארדינענן די גראסערי וויפיל זיי פארדינען א האלב יאר, פרעגט אייך נאך, וואלט געווען יושר אז מיר זאלן מיר עס אויך זען אויף די פרייזען, ווי באלד מיר זענענן עס נישט איז נישט מער ווי יושר אז מען זאל זען איינצישפארן פאר קאסטומער יעדן פעני וואס עס איז שייך, טאקע אויפען חשבון פינעם גראסערי מאן
פאקט 6 ביסט גערעכט אז מצות, פלייש דארף ווען אויך זיין ביליגער אבער איינס האט גארנישט מיטן צווייטען {אין קר"י קען מען קויפען גאר ביליג ווילאנד פלייש ווער עס וויל}
קען זיין אז דער גרסערי מאן איז נישט מחיוב צי געבן ביליגער פסח צייט {אפילו מען קויפט דעמלאטס 5 מאל מער ווי נערמאל} אבער זאס איז נישט טייטש אז מיר מיזען קויפן ביי עם
תוקן על ידי - kj_village - 10/04/2006 19:23:38
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 20:15 |
|
| |
קעי דזעי ווילידעזש
אויב בין איך אויף פלאנעט מארס ביזטו אויף יופיטער
לאמיר דורכגיין די פאקטן
פאקט נומער איינס, פארן אינגערמאן וואס האט ברייט פרנסה דארף מען נישט אריין גיין אין אזא
ענין פון לא תשיג גבול,
פאקט נומער צוויי, זאג עס איבער, אפשר "וועסטו" פארשטיין - און דערנאך מסביר זיין פאר "מיר"
- דעם זיסליכן הסבר, אז מען האט סייוואו נישט ממילא זאל מען בארגן נאך 500 , עס איז פיל
ווייטער ווי מיין קליינער מח פארשטיין
פאקט נומער דריי, דא קען מען שוין מחולק זיין, הגם עס דאכט זיך מיר, אז ווער עס וועט פרעגן
אינדערהיים, וועט באקומען דעם תירוץ, אז אויב האט מען בשפע, אדער אסאך, אדער אין אונזער פאל
גאר אסאך, בארגט מען פארן שכן, קרוב, מען נוצט עס אויס פיל שנעלער, אבער מען מעג מחולק זיין,
די צוייטע האלב פון פאקט נומער דריי, וז"ל
...................יעצט איז די צייט וואס די אויסגערעכטע מענטשן סטאקן זיך אן אויף במשך דעם
יאר, נישט פאר שבועות, פינקט ווי מען קויפט יעצט אלע נייע קליידונג,אפלייסענס,
וכדומה....................................................
מען באשליסט אז די וואס קויפן זיך אן, זענען די אויגערעכענטע מענטשן, און אז זיי טוען עס
יעצט, איז א סימן אז אזוי דארף מען טאן, ווי יענער וואס האט געזאגט אז ער האט רוח הקודש, און
א מענטש וואס האט רוח הקודש זאגט דאך נישט קיין ליגענט
פאקט נומער פיר, גרעניצט זיך, אויב איז עס נישט אינגאנצן, קאמעניזם, אומפארגינערישקייט, דער
גראסערי איז דא פאר געלט, פאר געלט, פאר געלט, ער ארבעט דערפאר, ער פארדינט עס,
דער מציאות איז אז די קרית יואל גראסעריס געבן אלע פון 10-15 פראצענט פאר ארדערס העכער 50
דאלער, זיי דערליווערן, זיי האבן אפענע פרידזשידערס, וועסטו פרעגן און זאגן גיב נישט די אלע
זאכן, און גיב בעסערע פרייזן, וועל איך דיר פרעגן, ווער קויפט איין אין די מעגא סופערמארקעט
הנקרא היימאן גראסערי
ובפרט אז עס איז קלאר אז די דיסטריביוטער'ס בעטן אין קרית יואל פיל מער, וויפיל זיי בעטן
ערגעץ אנדערש, צו ווייל עס איז ווייט, צו פאר אנדערע סיבות, איך וועל נאר בארירן דעם נקודה
אויפן שפיץ גאפל, אז די גרעסטע צדקה איז געבן פרנסה פאר א איד, און אז ער איז פארמעגליך דער
גראסערי מאן, גיט ער צדקה, און אז מען וויל ביליג קען מען גיין צו וואלמארט, מען דארף נישט
ארגענעזירן אונטער צו האקן די גראסעריס
און מר. ווילעדזש א פראגע צו דיר, קענסט מיר זאגן וויפיל ביליגער סיי וועלעכע אייטעם איז
געווען ביי שבת אחים, ווי סיי ווען ביי פעיפער פלעסטיק פלאס, אז מען דארף זיך יעצט אנסטאקן
פאר יו"ט,
פאקט נומער פינף, איין קורצע פראגע אויב וואלטן די גראסערי ביזי געווען פיר פאכיג וואלטן זיי
ווען געדארפט דערלייגן אויף יעדע אייטעם ווייל זיי פארקויפ אסאך
און לאמיר דיר מגלה זיין א סוד, ווען די זאלסט דיר נאכפרעגן - און לאו דוקא ביי די גראסעריס -
איז פסח נישט די בעסטע צייט, אדרבה נעם דיין ארדער און קוק פון וואס עס באשטייט, אייער,
פאטעטא, מילך, [פעיפער גודס אויב מען האט נישט געקויפט ביים יריד] גרינצייג, און גרעיפ דשוס,
און אסאך פון די אלע זאכן, מה שאין כן א גאנץ יאר, ווען מען קויפט, קעיק, נאש, אייסעס,
טשאקלאד, מיט שאר ירקות פארדינען די גראסעריס פונקט אזוי אויב נישט מער
אדרבה, וואס קאסט פסח, אויב נישט די מצה וואס גייט ארויף יעדע 15 מינוט מיט נאך א דאלער וואס
דער פארדינער דערפון איז די זעלבע קהל וואס זארגט זיך אזוי, וואס קאסט פסח אויב נישט די פלייש
וואס ווערט פארקויפט פון קהל/מוסדות, וואס קאסט פסח אויב נישט די פיש, וואס ווערט נישט
פארקויפט דורך די גראסערי
נאר וואס דען, די עוסקי בצרכי ציבור "באמונה" דערלייגן נישט דערפון, און עולם גולם, וואס
געשריבן אויבן "די אויסגערעכענטע מענשטן"................ גיסן געלט ווי מיסט זאלן דערלייגן
נאך אפאר דאלער
די אמת'ע נצרכים באקומען דורך די ארגינעזאציעס, ווי קרן עזר, קמחא דפסחא און נאך
און די בעסטע איז פאקט נומער זעקס
אפשר און נאר אפשר, דארף די מצה בעקעריי זיך רעכענען מיטן מצב, טאקע א אפשר און נאך ווי א אפשר
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 20:33 |
|
| |
מצוה ארויף מצוה אראפ יושר ארויף יושר אראפ
ווער מיינט דא א מצוה? ווער ס'מיינט יא זאל זאגן... פשוט! איינע פון די וועגן וויאזוי איחוד/שבת אחים מאכט געלט איינע פון זייערע אינקאמס איז די יריד סאו מאכ אפ וועמען די ווילסט שטיצן שבת אחים אדער גראסערי אבער נאך אלץ קיינער מיינט נישט דא קיין מצוה (הלואי יא) מען קויפט ווייל מען קען זיך שפארן א ניקל
בנוגע צו סאיז יושר ווענד זיך וואס דו ביסט ביסטו א גראסערי מאן א.ד.ג. איז א שרעקליכע עוולה ביסטו נישט איז עס די גרעסטע מצוה
תוקן על ידי - פאטאקי08 - 10/04/2006 20:39:36
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 22:04 |
|
| |
KJ דו מישט אויס פיקשאן מיט פעקטס, מציאות'ער מיט פאנטאזיעס,
קודם כל, דער עושר קען זיך יא ערלויבן די עקסטערע 50 דאלאר וואס ער "מיינט" אז ער שפארט זיך איין ביים יריד, און דאס שרייבן אז אזוי ווי דער ארימאן בארגט זיך במילא, זאל ער שוין בארגן נאך, ברענגט ארויס א גרויס געלעכטער,
דאס בעסטע איז וואס פאטאקי שרייבט, זייער אויפריכטיג, יושר אהער יושר אהין, ס'איז א הכנסה, (און אויך א פאבליק רילעשאן שריט), און דאס איז דער אמת, KJ, מיינסט עס ערענסט אז דער גראסערי מאן שטעלט זיך נישט צו צום קאסטאמער, דאן טויש גראסעריס, מיין גראסערי מאן שטעלט זיך צו צו מיר זייער שטארק, און גיט מיר עקסעלענט סערוויס.
אויף דיין פאקט נומבער 3, בין איך בכלל מחולק, ווייל דער פאקט איז, אז אויב האט מען באקסעס מיט טעלערס און קאפס וכו', פליען די זאכן פיל שנעלער ווי ווען מען דארף יעדע וואך קויפן נאך א פעקל טעלערס, ניין, מען טרינקט נישט אין צוויי קאפס אויף איינמאל, נאר מען ווארפט זיך מיט די קאפס אן קיין חשבון, ווי ווען עס קומט ווען בחינם, דוק ותשכח,
איך וועל דיר ברענגען נאך א פאקט, פראביר, גיי צו דיין גראסערי מאן, און זאג עם, איך וויל קויפן "גאנצע באקסעס" טעלערס, קאפס, נעפקינס, פעמפערס, וכו' וכו', און איך גיי דיר צאלן אויפן פלאץ, וועסטו געוואויר ווערן אז דיין שפארינג ביים יריד, איז געווען נאטינג, ווייל ער גייט דיר דאס פארקויפן פאר בערך די זעלבע פרייז, און וועט דאס נאך דעליווערן פאר דעם געלט,
די פראגע איז נישט געווען צו מען האט הנאה פון דעם, א וודאי האט דער עולם הנאה, און אפילו דער עולם וואס קויפט מער ווי ער דארף, האט אויך הנאה, ווייל ער כאפט זיך דאך נישט אז עס איז נישט קיין גרויסע רווחים, במילא מיינט ער אז ער האט געכאפט א געוואלדיגע מציאה, און זיכער האבן זיי הנאה, און די מעוטי יכולת, די וואס זענען געבענטשט מיט גרויסע משפחות, און לעבן זייער אויסגערעכנט, פאר זיי איז דאס זיכער א געוואלדיגער אויפטו, אבער אין אלגעמיין איז יצא שכרו בהפסידו, ס'איז נישט מער ווי א אויגן פארבלענדעניש, און א פאבליק רילעישאן, ווייל די עיקר הוצאות החג וואס איז מצות און וויין, מיט פלייש און מילעכיגע פראדאקטן, דאס אלעס איז בכלל נישט דא דארט פאר ביליגער, (וויין ביי די קעיס קען באקומען פאר די זעלבע פרייז אין אלע ליקער סטארס),
על כן איז מיין מיינונג, אז מען טאר נישט צו נעמען פון אחינו בני ישראל יענעמס שעת הכושר, יענעמס סעזאן, ווען ער קען מאכן אביסל פרנסה בריווח בדרך כבוד, און איז גרייט צו געבן דערפאר בעסערע סערוויס, מה דעליך סני לחבריך לא תעביד, יעדן פראדאקט אין יעדן סיזאן, קען מען אנקויפן גרויסע קוואנטום'ס, באקומען א ווערהויז "לשם מצוה", פארשאפן יונגעלייט וואלאנטירן "לשם מצוה" און פארקויפן ביליג, און יעדער וועט הנאה האבן, (אויסער פארשטענדלעך די סוחרים), נו, איז דאס גלייך?, איז דאס יושר?, געוויס נישט, און דאס איז מיין פוינט.
העלפן נצרכים, זיכער יא, סתם אזוי קלאפן יענעם, איז א געוואלדיגע עוולה.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/4/2006 23:03 |
|
| |
ס'איז כמעט נישט קיין חילוק אין פרייזן אבער אזוי ווי ערווענט פריער מ'מאכט צעטלעך מיט ריזיגע קידוש לבנה אותיות און עולם גולם לויפט וגם אני בתוכם , אבער שרייבן שרייב איך יעצט ווייל איך האב טאקע היי יאר אפגעמאכט אז איך בין פארטיג דערמיט, נאכן אויסרעכענען אז מ'פארדינט נישט צו סאך און די שווערע באקסעס דארף מען נאך דערצו אליין שלעפן , ( די פעיפער גודס דעליווערט מען דאך )
|
|
|
|
|