נפטר היום הרה"ח ר' זאב זופניק ז"ל
היינט אינדערפרי האבן הונדערטער אידן באגלייט למנוחות הרב החסיד הישיש ר' וואלף זופניק ע"ה, וועלכער איז נסתלק געווארן בשיבה טובה אין עלטער פון 103 יאר. ער איז געווען געזונט און שטארק ביז עטליכע טעג צוריק ווען ער איז שוואך געווארן, און שב"ק איז ער נפטר געווארן בדעה צלולה יהי זכרו ברוך די לויה איז פארגעקומען פאר די גרויסע סאטמארער ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, צוליב חודש ניסן האט מען נישט געזאגט קיין הספדים. די וואס האבן אים געקענעט זאגן אז ער איז געווען א ל"ו צדיק, אידן האבן זיך געלאזט וואונטשן און בענטשן ביי אים!
|