אברהם שלמה בלום דורכפאל מיט ספאלצינא
אברהם שלמה בלום, דער זון פון קאשויער רב זצ"ל, דער בעל מחבר ספר "ישא ברכה", וועלכער שטעלט
זיך אהער ווי א שיינער איד, און אן עסקן לשם שמים, אין די זעלבע צייט וואס ער ארבעט מיט אלע
כוחות אונטערצוגראבן די הייליגע קהילה קדושה קהל יטב לב ד'סאטמאר און כ"ק רבינו שליט"א און
כ"ק הגאב"ד שליט"א מיט וואס עס איז נאר מעגליך, האט שוין אן אלטן רעקארד פון מישן דעם טאפ אין
די געריכטליכע אנגעלעגנהייטן, וויבאלד ער האט אנגעקניפט שטארקע באציאונגען מיט פילע
הויכראנגיגע רעגירונג'ס באאמטע (מסתמא דורך לערנען מיט זיי דעם ישא ברכה...).
לעצטנ'ס האט ער פרובירט אנצוקניפן קאנטאקטן מיט דעם ריכטער ספאלצינא, איינער פון די פיר
ריכטער וועלכע זענען באשטימט אויף די סאטמארע אפעלאט. איך ווייס נישט צופיל מער, אבער לויט
ווי מען זאגט האט ער געהאט א דורכפאל אין זיינע באמיאונגען.
פארוואס זאג איך אייך דאס ?!
פאר צוויי סיבות:
1) אז מען זאל וויסן קלאר אז די חברה רוען נישט, און מען קען זיך מיט זיי נישט אויסרעכענען,
זיי נוצן די מאקסימאלסטע כוחות און די קרומסטע וועגן, וואס מיינט אז מען דארף זיין גערישט
אויף אלע מעגליכקייטן אין דעם אויסגאנג פונעם געריכט, וד"ל.
2) אראפצונעמען די מאסקע פון דעם פאלשן יונג, וועלכער שטעלט אן א פני תם און שטויסן שטויסט ער
ווי א מועד. שטעלן שטעלט ער זיך אהער ווי א שיינער איד, א בר אוריין, אן עסקן 'לשם שמים', און
פון די אנדערע זייט שטעלט ער זיך איין די זיבעציג יאר און טוט אזעלכע אקטן וואס קענען ברענגען
אן אומגליק מינימום אויף אים און זיין משפחה, אבי ער זאל קענען האבן א האנט אין צוברעכן די
הייליגע קהילה און די וועלכע שטייען אין איר שפיץ.
 |
|
|