בית פורומים כל העולם כולו

באמבע: ליפא טאנצט קול רנה וישועה ביים קראנקן בעט פון זיין טאטן

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/4/2006 07:13 לינק ישיר 
באמבע: ליפא טאנצט קול רנה וישועה ביים קראנקן בעט פון זיין טאטן

היינט ווען דער רב שליט"א האט באזוכט דעם רבי'ן אין שפיטאל האט זיך אנטפלעקט פאר אים און זיין פמליא א שטוינענדער בילד: ליפא איז געשטאנען אויף א בענקל אין צענטער פונעם שפיטאל צימער און געטאנצן קול רנה וישועה ווי א וואנזיניגער. ער האט געפאטשט מיט די הענט און געשריגן: דער רבי זאל לעבן אין א מזל טוב, אלע חסידים א מזל טוב. וכו' וכו' משה גבאי איז געשטאנען אין די זייט און געצויגן ליפא ביי די בעקיטשע פרובירנדיג מיט אלע כוחות אים אראפצושלעפן פונעם בענקל אבער אן ערפאלג.

ווי נאר ליפא האט געזען דעם רב האט ער זיך גענומען צו שרייען בקולי קולות: מסור! שייגעץ! דיין טאטע לעבט! דיין טאטע לעבט! דו גייסט פייגערן פריער ווי דיין טאטן! וכו' וכו'.

משה האט געזען אז ס'איז בושות איז ער ארויסגעלאפן און געלאזט ליפא'ן אליינס אינעם צימער. ליפא האט געשריגן און זיך געגארגלט פאר א האלבע שעה אן אויפהער, ביז די כוחות זענען אים אויסגעגאנגען, און ער האט געסטאפט.

ליפא'ס זון, דער היימלאזער פייוויש, איז געשטאנען נעבן אים און אים געהאלפן שרייענדיג און זינגענדיג צוזאמען מיט אים.

עס גייען יעצט ארום ערנסטע קלאנגען אז ליפא'ס נערוון זענען לעצטנס צושפילט, און ער נעמט פילן זיי צו בארואיגן, אבער צוליב פסח האט ער יעצט נישט גענומען די פילן, און דעריבער האט זיך זיין מצב צושפילט, און דעריבער איז געשען די היינטיגע מצב, וואס ער איז ממש ארויס פון קאנטראל.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-17/4/2006 07:17 לינק ישיר 

לכאורה האט דער היימלאזער פייוויש געוואלט אז ס'זאל זיך נישט אזוי שטארק אנזען זיין טאטנ'ס גייסטישע פראבלעמען האט ער זיך געשטעלט מיטשרייען און מיטטאנצן צוזאמען מיט'ן פאטער.

דאס הייסט אמת'ע געטריישאפט פון א זון צו א פאטער.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-18/4/2006 01:06 לינק ישיר 

די זאליס זענען שרעקליך צושפילט פון דעם אשכול איבער ליפא'ס טאנצן קול רנה אין שפיטאל. אין זייער פארום "כאדאשאט אנאש" אטאקירן זיי ווארהייט גאר שארף. מען זעט אז די נייעס האט זיי ארויסגענומען פון די כלים.

איין חכם שרייבט דארט אז ליפא האט נישט געטאנצן קול רנה, ער האט נאר געגעבן "מזל טוב" פאר'ן רב... (אין אנדערע ווערטער, ער איז נישט משוגע משוגע, ער איז נאר פלעין משוגע...)

דא ליגט א מענטש (וואס איז פערצופאל זיין אייגענער טאטע) ביטער קראנק און דער צורודערטער טאנצט קול רנה. אופס, סארי, איך האב מיך נישט געכאפט, ער האט נאר געגעבן מזל טוב...

די נייעס איבער ליפא'ס קול רנה טאנצן האט אזוי ארויסגענומען די זאליס פון די כלים אז זיי האבן עס געוואלט פאר יעדן פרייז אראפרוקן פון דעם פארום. נעכטן איז (ביטע נישט מאכן גילוי) ארויפגעקומען אויף אונזער פארום און זיך גענומען ווילד עפענען אשכולות איינס נאכ'ן צווייטן, אבער צום מזל האט דער מנהל זיך תיכף געכאפט און שנעל געברענגט ארדענונג דא.

זאליס טייערע, איך האב מיטלייד מיט ענק. ווען דער נאר וואלט געווען מיינער וואלט איך אויך געווען אזוי אנגעזעצט. תוקן על ידי - כל_העולם - 18/04/2006 3:04:28



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2006 03:22 לינק ישיר 

ער האט געזינגען קול רנה צו געטאנצן סימן טוב ומזל טוב. עס איז ביי מיר גאר א קליינע נפקא מינא. דער פאקט איז אז דא ליגט זיין טאטע ביטער קראנק און אלע אנדערע קינדער זענען ביטער אנגעצויגן מיט שרעק, און ער שטייט און איז לעבעדיג און פרייליך, און מאכט זיך משוגע ווי א קליין קינד.

עס מוז זיין איינס פון די צוויי: אדער איז ער צורודערט געווארן אויף די נערוון ווי ווארהייט זאגט. אדער אין בעסטן פאל האט ער זיך אנגע'שיכור'ט און ס'האט אויסגעפלאצט אויף אים אין די ראנג טיים ענד ראנג פלעיס.

וויאזוי איך זאל נאר באשליסן איז ליפא'ס מצב זייער ביטער, און זיין זון פייוויש'ס מצב איז נאך סאך ערגער. אנשטאט צו נעמען דעם טאטן און אים באהאלטן אין א צימערל שפילט ער מיט מיטן טאטנס שגעון און מאכט זיך צודרייט צוזאמען מיט אים.

עפעס באהאלטן די זאליס אויס פון אונז איבער ליפא'ס מצב. מיי האמבלד אפיניאן איז דעט הי איז לוזינג איט קאמפליטלי



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/4/2006 22:08 לינק ישיר 

דאס טאנצען קול רנה האט מן הסתם איבער א געים וואס די ענקיס האבן געוואונען.

וואס כידוע איז ליפעלע א פען פאר זיי נאך פון זיינע הייליגע אפגעהיטענע בחור'ישע יארן.

און כידוע איז זיינע תפלין ממש ווי ניי צוליב דאס אפגעהיטען קיין פון ליפעלע דאס נישט צו ניצען.

אויסער ווען זיין טאטע האט אים ארויסגעווארפען פון שטוב פאר א האלב יאר און אים נישט אריינגעלאזט איבערטרעטען ביי אים און ער האט געוואונט ביים שוועסטער הרבנית הצדיקת מרת חי' ע"ה.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > באמבע: ליפא טאנצט קול רנה וישועה ביים קראנקן בעט פון זיין טאטן
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext