מיר וויינען, מיר קלאגן, מען קען נישט אהיימגיין צו די אייגענע שטוב, מען קען נישט קוקן געהעריג, אוי וויי, און אונזער דור, ס'איז חשכו המאורות, לקינו מיט אזא חורבן, יותר משריפת בית אלקינו, על מי נטשת כל הצאן, ביטער זויער, גארנישט מיט וואס זיך צו דערהאלטן.
מ'פרובירט זיך דערמאנען, די דרשות די פתיחת הזמן דרשות, די בקשת צו אונז אלס קינדער און בחורים, ווי דער רבי ז כ ו ת ו - י ג ן - ע ל י נ ו האט גערעדט צו אונז: די צייט איז טייער, מ'דארף זיצן און לערנען, דעם רבינ'ס מנחה יעדן פרייטיג צונאכטס, השיבינו אבינו לתורתך, אוי, אלעס פארלוירן, אלעס, ס'וויינט
אבן מקיר תזעיק
רבוש"ע דעם שופר של משיח געב שוין א בלאז, כלל ישראל וויינט, די שטובער זענען באגאסן מיט טרערן, ווי קען איך איבערגעבן פאר מיינע קינדער וואס מיר האבן געהאט, איך וויין, אוי טאטע, דער גלות דארף שוין נעמען א עק,
אוי נא לנו כי חטאנו
|
|