ברכה מאדמו"ר מבאבוב לאדמו"ר מסאטמאר זצ"ל
עס דערציילט הגה"צ ר' חיים יושע הלברשטאם שליט"א אב"ד סאטמאר מאנסי:
ווען די ערשטע געשוויסטער קינדער (קאזינס) כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל און כ"ק אדמו"ר מהר"מ
מסאטמאר זצ"ל האבן געוויילט אין פלארידא אום 12 יאר צוריק, און עס איז דעמאלט געבוירן געווארן
דאס ערשטע אור-אור אייניקל צום באבוב'ער רבי'ן זצ"ל, האט דער סאטמאר רבי זצ"ל אים געוואונטשען
מזל טוב, האט דער באבוב'ער רבי זצ"ל אים צוריק געוואונטשען "איהר זאלט אויך דערלעבן אן
אור-אור אייניקל".
עס איז מקויים געווארן ברכת צדיק
כ"ק אדמו"ר מסאטמאר זצ"ל האט געהאט אריכות ימים ושנים ביז צו דעם טאג ווען עס איז ביי איהם
געבוירן געווארן זיין ערשטע אור-אור אייניקל, אין דעם זעלבן טאג מאנטאג פ' טהרה כ"ו ניסן אין
וועלכן דאס קינד איז געבוירן געווארן, מיט 17 שעה שפעטער איז עלתה נשמתו הטהורה בסערה השמימה
און דער סאטמאר'ער רבי זצ"ל נסתלק לעולמו לדאבון לב כל בית ישראל.
וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף ה'
|
|