א רירנדער מעמד הכתרה איז פארגעקומען נעכטן נאכט פאר די לוי' אין אפיס פון קהל יטב לב ד'סאטמאר, ווי כ"ק מרן רבינו שליט"א איז איינשטימיג אויפגענומען געווארן דורך די ראשי הקהלה אלס סאטמארער רבי פון אלע סאטמארע קהלות די בכל אתר ואתר, און נשיא המוסדות.
הרה"ח רבי הערצקא צוויבל שליט"א האט איבערגעגעבן פאר די אנוועזנדע די ווערטער וואס דער רבי'ן זי"ע האט אים איבערגעגעבן פאר א שווערע אפעראציע אין פלארידא, ווען ער האט אים געזאגט: איך וויל זאלסט איבערגעבן אז מיין נאמען איך ווייס עס וועט זיין פראבלעמען אבער א איד נאך די 80 קען נישט צוריקציען, איך וויל איר זאלט וויסן אז מיין רצון איז אלעמאל געווען אז מיין עלטסטער זון ר' אהרן זאל איבערנעמען די הנהגה. שמור לקדשו מבואו ועד צאתו, ער איז געווען א הייליג קינד פון ווען ער איז געבוירן געווארן, און ער און נאר איז ראוי איבערצונעמען די הנהגה.
דאן האט הרה"ח ר' בערל פריעדמאן שליט"א, ראה"ק אויפגעטרעטן, און איבערגעגעבן אז נאך תשנ"ח האט דער רבי אים איבערגעגעבן בתורת צוואה אז ער וויל אז נאר ר' אהרן זאל אים ערזעצן און נישט קיינער פון די אנדערע קינדער.
מען האט געוואונטשן מזל טוב מיט א טרויעריגן געמיט, און דער עולם איז זיך צוגאנגען הייס פארפליכטעט איינצוהאלטן דעם רצון פון רביה"ק זי"ע און איבערגעבן פאר בנו בכורו די פולע אויטאריטעט פון די קהלה, און זיך פולשטענדיג אונטערווארפן אונטער אים איבער אלע ענינים פון די קהלה.
תוקן על ידי - ארגינעלער - 25/04/2006 22:36:21
נשלח ב-25/4/2006 22:54
עס איז ברייט באקאנט אז דער רבי בעל ברך משה זי"ע הכ"מ האט קלאר געזאגט ביי די בערגער דין תורה, אז מען קען זיך נישט פארלאזן אויף קיין טויש אין די צוואה וואס איז פארגעקומען ווען דער איד איז שוין געווען איבער די אכציג.
על אחת כמה וכמה אין אונזער פאל, ווען עס איז ברייט באקאנט דער מצב ביי רבינו הקדוש זי"ע הכ"מ אין די לעצטערע יארן.
תוקן על ידי - בא_ללמד - 25/04/2006 23:49:28
די בני ברק'ער סאטמארער קהלה האט מכתיר געווען דעם רבי'ן שליט"א נעכטן נאכט.
נשלח ב-26/4/2006 00:29
דער גרויסער בית המדרש אין לאנדאן איז געווען געשטאפט ביי די גענעראל פארזאמלונג.
הרה"ח ר' יוסף אייזיק לעוו הי"ו האט זיך אויפגעשטעלט און פארגעליינט די החלטה פון הנהלת הקהלה, אז זיי ווארפן זיך אונטער כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א, בנו בכורו וממלא מקומו של מרן רביה"ק בעל ברך משה זי"ע.
נאכדעם האט זיך אויפגעשטעלט הרה"ח ר' יחזקאל לאנדא און דערקלערט אז על פיו יבואו ועל פיו יצאו און היינט און ווייטער וועט מען זיין אונטערגעווארפן אונטער רבינו שליט"א פונקט ווי מען איז ביז יעצט געווען אונטערגעווארפן דעם רבי'ן זי"ע, און זיך דורכרעדן מיט אים אלע עניני הקהלה.
ר' ישראל יעקב פרענקל און ר' אלי' שרייבער ווער זענען זיי?
וואס זאגט הרב וואזנער?
און בארא פארק האט ר' אהרן וועלץ ארויס געשטעלט צעטליך מיט די לעדער העד פון רבינו שליט"א
נשלח ב-26/4/2006 02:50
הרב וואזנער איז אויפן וועג קיין אמעריקע, ער איז בכלל נישט געווען נעכטן אין לאנדאן.
ר' אהרן וועלץ האט שוין נעכטן געווינטשן מזל טוב פאר כ"ק רבינו שליט"א, מער דעטאלן וועלן נאכפאלגן אין די קומענדיגע טעג אי"ה.
נשלח ב-26/4/2006 03:52
יעצט קומט פאר די אסיפה אין בארא פארק, די מינוטן רעדט דער ראש הקהל הרה"ח ר' בערל פריעדמאן שליט"א,
נשלח ב-26/4/2006 04:27
מארגן נאכט אכט אזייגער אי"ה קומט פאר א גענעראל פארזאמלונג אין גרויסן ביהמ"ד אין קרית יואל.
נשלח ב-26/4/2006 04:37
מ'שמוסט אז ר' חיים דוד כץ שליט"א פארלירט זיין פאסטן
נשלח ב-26/4/2006 05:26
און מאנסי האט קהל מקבל מורת געווען פון כ"ק רבינו שליט"א 120 מענטשן האבן זיך באטיילגט
ביי ר' חיים יושע שלאגט מען זיך צו מ' זאל אים אויפנעמן אדער ר'זלמן לייב
נשלח ב-26/4/2006 06:10
fineryid:
בארא פארק האט יעצט מכתיר געוועהן מוה ר אהרן פאר רבי שליטא
ר אהרן וועלטץ האט אויסגעריפען ביים טובים פארזאמלונג אז קהל איז מכתיר מוה ר אהרן פאר סאטמערער רבי
אין זיי זענען מקבל מרות פין מוה ר אהרון שליטא עד ביאת משיח,אויך האט מוה ר אהרן וועלטץ אויסגעריפען אז וועם עס געפעלט נישט זאל זיך זיכען אן אנדערען פלאטץ!!!!!
ב"ה דער וואגאן פארט........
איך טו מיך ערלויבען צי זאגען נביאות;
מוה ר אהרן וועט זיין גאנץ בקרוב די גרעסטע רבי אויף די חסידישע וועלט
אין טויזענטער אין טויזענטער חסידים חסידים וועלען זיך מיסתופף זיין בצילו הקדוש אין אין א גרויס חלק פין כלל ישראל וועט זיך שואל עצה זיין ביי מוה ר אהרן שליטא
ונהנים ממנו עצה ותשועה!
באשר ער איז גרויס בחסידות אין א עכטע גדול בתורה כראוי פאר א מנהיג פין די גרעסטע עדה הקדושה אויף די וועלט
סאיז געקימען די סוף פין זיינע פייניגער באשר ייודישע קינדער האבען א ספציעלע חוש אין זיי וייסען ווער ווער סאיז דער עכטער מנהיג הדור
ימים על ימיי מלך שנותיו כמו דור ודור
kerry08:
יא סאטמאר קוקט אויס אזויווי פוילן אנהייב די וועלט מלחמה -איעדער מארשירט אריין אין נעמט איין א פראווינץ!!
און בנוגע צום נייעם רשכבה"ג, אפשר קענסטו מיר זאגען ווער עס גייט ביי אים נהנה זיין עצה ותושי? וועלכער חסידישער איד קוקט אויף אים ארויף אויסער אן ארוני?
911zalis:
KERRY לשוטתך איז כ"ק מרן רבינו רשכבה"ג בעל ויואל משה זצוק"ל זיעוכי"א אויך נאר געווען רבי אין סאטמאר אין איך האלט אז ער האט געהאלטן "אידישקייט" אין זיין צייט !
לשוטתך איז כ"ק מרן רבינו רשכבה"ג בעל ברך משה זצוק"ל זיעוכי"א אויך נאר געווען רבי אין סאטמאר אין איך האלט אז ער האט געהאלטן "אידישקייט" אין זיין צייט !
אין יעצט לשוטתך איז כ"ק מרן רבינו רשכבה"ג שליט"א [וואס יעדער ווייסט וואספארא תלמיד חכם ער איז אין וואספארא לוחם מלחמת ה' ער איז דער וואס שרעקט זיך נישט אין וועט זיך נישט שרעקן פאר קיינעם ארויס צוזאגן די דעת תורה אזוי ווי אלע אונזערע להבחל"ח הייליגע רביס זי"ע] אויך נאר געווען רבי אין סאטמאר אין איך האלט אז ער גייט האלטן "אידישקייט" עד ביאת גואל צדק בב"א!
תוקן על ידי - כל_העולם - 26/04/2006 7:12:00
נשלח ב-26/4/2006 06:16
אין בארא פארק האט מען אויפגענומען כ"ק רבינו שליט"א אלס אויסשליסליכער מנהיג רוחני אין די גאנצע קהילה און די מוסדות, ווער עס וועט נישט זיין גרייט צו מקבל מרות זיין יהי' מי שיהי' האט נישט קיין פלאץ ביי אונז אין די קהילה.
אויך וועט מען אי"ה מאכן אין יעדן ביהמ"ד א מי שברך פאר כ"ק רבינו שליט"א.
הגה"צ בארא פארקער רב שליט"א האט געזאגט אז ער גלייבט אז עס איז נישט דא קיין איין מענטש אויף דער וועלט וואס ווייסט נישט וואס עס איז באמת געווען דער רצון פון רביה"ק בעל ברך משה זי"ע הכמ בנוגע דאס איבערנעמען די הנהגה.
עס איז געווען א געהויבענער מעמד וואו עס האבן זיך משתתף געווען אלע פני וזקני הקהילה.
נשלח ב-26/4/2006 06:19
רוב וועלט אנערקענט בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און ווילימסבוירג האט קהל וואס האט 75% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און קרית יואל האט קהל וואס האט 100% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און בארא פארק האט קהל וואס האט 100% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און לונדאן האט קהל וואס האט 90% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און בני ברק האט קהל וואס האט 100% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
און מאנסי האט קהל וואס האט 60% סאטמאר מכתיר געווען בנו הגדול כ"ק רבינו שליט"א
משע"כ
בנו השלישי
האט אביסל ווילימסבורג און ירשלים
מאנסי האט ער נישט ווייל ר' חיים יושע איז אליין געווארן רבי
נשלח ב-26/4/2006 07:13
קערי.
קיינער מארשירט נישט, די פראווינצן אליין געבן זיך איבער...