בית פורומים כל העולם כולו

רבנים ואדמורי"ם מנחם אבל רבינו שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/5/2006 00:46 לינק ישיר 

הגאון האדיר ר' פישל הערשקאוויטש שליט"א איז היינט געווען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2006 06:25 לינק ישיר 

ר' משה מנחם טורנויער שליט"א איז יעצט דארט געווען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 07:57 לינק ישיר 

איז געווען עפעס א שמועס צווישען דעם רבי'ן שליט"א און הר"ר משה מנחם?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-1/5/2006 18:58 לינק ישיר 

אין חדשות אנ"ש שרייבן זיי אז קלוידענבערגער רבי פון א"י האט אנגערופן דעם רבי'ן אין זיין ברודער מנחם אבל זיין, און דער בעלזער האט גרופן דעם רבי'ן.


http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1901828

\וייסט איינער אויב דאס איז אמת?

אויך וואלט געווען כדאי אז די וואס ווייסן זאלן שרייבן פונקטליך ווער עס איז געווען, און ווער עס האט געקאלט.

ייש"כ




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/5/2006 23:37 לינק ישיר 



היינט פארן אויפשטעלען האט מנחם געווען כ"ק אדמו"ר מקאמארנא ארה"ק שליט"א


נעכטן האט אויך מנחם געווען אדמו"ר מסלונים בני ברק - אדמו"ר מטיסא סאלקא (פיש) - אדמו"ר מסקווירא - ר' משה מנחם וכו'


אויך זענען נעכטן געקומען מקבל מרות זיין די ראשי ופני הקהלה דממלכת סאטמאר פון אויסלאנד


מאנטשעסטער

רבי בעריש ווייס שליט"א ראש הקהל ווי אויך א קוויטל
ר' שלום ברוך ראטבארד שליט"א
ובנו ר' משה

לאנדאן

ר' עזריאל שעהר שליט"א
ר' יעקב עסטרייכער שליט"א
ר' משה ארי' פריינד שליט"א
ר' שלום יצחק שעהר שליט"א
ר' אשר לעוו שליט"א
בשליחות אביו רבי ישעי' וואלף לעוו שליט"א ראש הקהל

אנטווערפן

ר' יעקב יוסף לעפקאוויטש שליט"א
בשליחות אביו רבי פרץ לעפקאוויטש שליט"א ראש הקהלה

ווי אויך האבן אלע איבערגעגבען א קוויטל.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 00:00 לינק ישיר 

איך בין געווען דערביי, ווען ר' משה מנחם איז געווען ביי רבינו שליט"א.

פינקט דעמאלט איז דער געדרענג געווען ממש סכנת נפשות.

און אזוי ווי איך בין געשטאנען ממש דערביי, האב איך גוט געהערט דעם שמועס.

עס האט זיך אנגעהויבן ווען דער רבי שליט"א האט געפרעגט ר' משה מנחם, צי ער איז באקאנט וויאזוי דער ויואל משה האט זיך געפירט ווען ער איז געזעצן שבעה ל"ע נאך זיין טאכטער חי' רויזא?

האט ער געזאגט תורה?
האט ער געדאווענט מנחה פאר'ן עמוד ערב שבת?
איז ער געגאנגען אין מקוה נאכן זמן, שבת קודש. (פאר קבלת שבת).?

אויף די אלע פראגעס, האט ר' משה מנחם געצויגן מיט די פלייצע, און נישט געוואוסט צו ענטפערן.
ער האט געשטאמעלט, און צום סוף געזאגט אז ער ווייסט נישט.

אויף דעם האט דער רבי שליט"א געזאגט אז ער האט געהערט פארציילן פון חסידים וואס זאגן אז דער רבי האט געטאן אזוי און אזוי.


נאכדעם האט זיך געמאכט נאך א שמועס. אויף וואס דער מאנטריאלער דיין האט אויך קיין סאך נישט געוואוסט צו זאגן צופיל... (ער האט זיך נישט פארגעקוקט)... און ער האט שנעל געזאגט דעם המקום ינחם, פאר מ'וועט אים פרעגן נאך עפעס...


נאכדעם זענען געקומען די בעלי בתים פון רובאשין.
זקני וחסידי ליובאוויטש.
און עס האט זיך פארצויגן א אינטרעסאנטער שמועס איבער'ן הייליגן בעל התניא.

וויאזוי מ'האט אים איינגזעצט,
וואס ער האט געשריבן צום צאר ניקאליי.
וואס ער האט זיך פארענטפערט.

וואס עס מיינט חסידות

וואס די ליובאוויטשער אידן האבן געשלונגען מיט דארשט.

דער עלטסער פון די רובאשין'ס, א איד אין טיפען עלטער, האט זיך אינמיטן אנגערופן, אויף איינע פון די סיפורים:
איך האב אמאל געהערט די מעשה, אבער ניט מיט אזא פינקטליכקייט...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 00:16 לינק ישיר 



אויך זענען געווען מנחם אבל זיין הנגידים החושבים לבית סיגוט סאטמאר

רבי משה ביסטריצער ובנו ני"ו

רבי שלמה גרין ני"ו

האחים החשובים ראטשטיין ני"ו

רבי בנימין קויפמאן ני"ו

רבי נוסענצוווייג ני"ו

רבי אליעזר פרענקל ני"ו לאנדאן

רבי הערשל לאנדא ני"ו - לאנדא גראסערי

רבי יודל ליכטענשטיין ני"ו

רבי משה שמואל פארקאש ני"ו - מהדרין

רבי משה מארקאוויטש ני"ו - לאנדאן

האחים קארפינקל ני"ו

האחים וויינשטאק ני"ו - מיעל מארט

ר' שלמה הייזלער ני"ו

ר' חיים צבי שאהן ני"ו

וכו'

פרייטאג איז געווען מנחם אבל א דעלעגאציע פון בערך 10 מענטשען פון אגודת ישרא' די רבי שליט"א האט ארום גערעדט א לאנגע שמועס וועגן דעם ענין פון מציצה בפה, איבערהויפט מיט ר' חיים דוד צוויבל ני"ו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 23:14 לינק ישיר 



כ"ק אדמו"ר מדושינסקי שליט"א א מחותן מיט רבינו שליט"א האט מנחם אבל געווען פרייטאג צופרי.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-2/5/2006 23:26 לינק ישיר 


איך האלט אז מען דארף ארויסגעבן א קונטרס,(אדער אפשר א טעיפ), מיט אלע שמועסן וואס איז פארגעקומען במשך די שבעה, ביי רבינו שליט"א, עס איז געווען מלא תוכן, אין מען האט זיך כסדר געקענט אויסלערנען עפעס פריש. וואס האלט דער עולם?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > רבנים ואדמורי"ם מנחם אבל רבינו שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 סך הכל 2 דפים.

bholext