וואו ס'האלט דערווייל האבן רוב סאטמארע קהלות זיך אונטערגעווארפן אונטער כ"ק רבינו שליט"א'ס הנהגה. פון די סאטמארע קהלות וואס האבן זיך אונטערגעווארפן אונטער א רבי זענען רוב רובם געגאנגען צום רבי'ן שליט"א.
(מען רעכנט נאר אריין די עסטאבלישד קהלות, נישט די גלות קהל'ס וואס זענען געעפנט געווארן דורך די אהרונים אדער זאלונים אין פארשידענע ערטער)
רבינו שליט"א בארא פארק, קרית יואל, בני ברק, לאנדאן, מאנטשעסטער
זאלי וויליאמסבורג (ווי געזאגט רעכנט מען נישט אריין קיין גלות קהל, כאטש אין וויליאמסבורג זענען די חסידי רבינו שליט"א א ריזיגע רוב), ירושלים
קיין איינס פון די צוויי מאנסי
אלזא, לויט ווי עס האלט יעצט איז עס 5 קעגן 2
תוקן על ידי - ווארהייט - 27/04/2006 9:40:53
נשלח ב-27/4/2006 18:01
טייערער ווארהייט, עס אזי כדי אז די, מיט אלע ארונים און זאלונים צוגלייך, זאלען זיך אריינעמען אין קאפ אז מהיום והלאה זענען דא לכל הפחות צוויי אדמור"י סאטמאר. אין די אלע קהילות וואס די דערמאנסט זענען דא ארונים און אנטי-ארונים בשפע. ס'איז נישטא קיין קראנטע סטאטיסטיקס קלאר צו שטעלן ווער ס'האט וויפיל פראצענט וואו, חוץ אין קרית יואל וואו לכל הפחות 43% זענען אנטי-ארונים.
איך מיין אז דעיס באלאנגט אין א אנדערע אשכול ווי מען האט שוין געשריבן וועגן ווער עס האט מער
אין לאמיר צולייגן נאך איינס וואס די האסט נישט אויסגערעכענט מאנטריאל וואס האט מקבל מרות געווען די קהלה און בית אסתר און תלמוד תורה און ישיבה לצערים בנשיאות כ"ק רבינו שליט"א אונטער געשריבן פון 5 ראשי הקהלה האסטו שוין 6
נשלח ב-28/4/2006 00:36
ווידער פון ירושלים האב איך נישט געזען קיין צעטיל אדער עפעס ווער ס'איז דארט רבי
נשלח ב-28/4/2006 01:09
אין מאנטריאל קימען זיך ציזאם היינט נאכט אלע חסידים פון כ"ק רבינו שליט"א מקבל מרות זיין.
נשלח ב-28/4/2006 01:31
איך הער אז מאנסי פלאנט למעשה יא אויפצונעמען רז"ל, איינער האט מער פרטים ?
נשלח ב-28/4/2006 01:36
בארא איך וויל דיר אויסבעסערען נישט אלע חסידים נאר די קהלה קדושה קהל יטב לב דסאטמאר מאנטריאל יצ"ו וואס דער רבי זי"ע הכ"מ האט זייער ליב געהאט ער פלעגט שטענדיג זאגן אז נאך די מלחמה איז ער קודם געקומען קיין מאנטריאל און נאכדעם און אמעריקע און זיי וועלן זיכער ממלא זיין רצון קדשו
חסידים איז דאך אפגערעדט אז דער רבי שליט"א האט רוב רובם סאטמאר, אבער אפילו אין קהלות האט ער אויך א מעכטיגע אויבערהאנט. בקיצור, דער רבי שליט"א נעמט איבער סאטמאר אן קיין איין שאס, צי זאלי'ס פי אר קאמפאני דזשארדזש ארטז איז יא מסכים אדער נישט.
נשלח ב-28/4/2006 16:10
חשוב'ער מנהל, ביטע אויסמעקן די וואס ווילן פארדרייען דעם שמועס.
איך האב קלאר געשריבן אז דא זאל מען נאר רעדן פון אפיציעלע קהלות, נישט די גלות קהלות.
אויב זאל איך קוקן אויף ווער עס האט מער חסידים דעמאלטס האט סאטמאר אין וויליאמסבורג אויך אינדאסירט דעם רבי'ן שליט"א.
אין דעם אשכול זאל מען סטריקטלי נאר רעדן פון די וואס קאנטראלירן די אפיציעלע קהלות און די קאסעס.
פאטאקי,
אין מאנטריאל האט קהל קיינעם נישט אויף גענומען. און מען וועט קיינעם נישט אויף נעמען.
נשלח ב-30/4/2006 22:16
מאנטריאל ווער איז דארט קהל?
נשלח ב-30/4/2006 22:36
דער ציבור אין מאנטריאל איז רוב רובם פאר'ן רבי'ן שליט"א, אבער די ראשי הקהלה איז צוטיילט צווישן די צוויי זייטן און די זאליס אין די קהלה פירן א שווערע מערכה אז מען זאל נישט אויפנעמען קיינעם. (זיי האבן נישט די חוצפה צו פארלאנגען אז דעם סיגעטער זאל מען יא אויפנעמען).
וועלן מיר זען די קומענדיגע פאר טעג וואס עס וועט זיך אויסלאזן אין מאנטריאל.
איך ווייס אזויפיל יעקב מאראווקא ? יוסף שמואל פאזן ? אייזיק שווארץ ? שמואל יעקב שפיטצער - רבינו שליט"א מרדכי קאהן - זאלי יודא ליב פאל - זאלי ברוך אברהם פערלמוטער - ווער עס וועט אים געבן מערסטע דעקונג משה חיים ווערצבערגער - מאנטריאלער רב יודל ווערצבערגער - רבינו שליט"א שלום וואלדמאן ?