עכטע נייעס: היינט איז ר' יעקב מרדכי בערקאוויטש ארויף צו הרה"ג מקארלסבורג שליט"א און געזאגט אז די גאנצע מסיבה היינט נאכט איז נאר כדי צו טשעפענען מיט הרה"ג ר' חיים דוד כ"ץ, (און ממילא זאל ער נישט גיין), האט ער געענטפערט: "און ר' חיים דוד מעג טשעפענען מיט מיין איידעם???" (הרה"ג ר' משה פריעדמאן שליט"א דומ"ץ דקיט"ל ב"פ). הרה"ג אבד"ק מעזיבוש שליט"א האט אזוי אנגעהויבן:"מורי ורבותי, ברשות כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מרן ר' אהרן שליט"א בן כ"ק אדמו"ר זצ"ל, ממלא מקום אביו הגה"ק זצ"ל, וועל איך יעצט אנהייבן בהספד און דערנאך צוריק קומען צום ענין פון רבי'ן שליט"א". און דערנאך מאריך געווען בדברי הספד. דערנאך האט אויפגעטרעטן ר' שבתי מרדכי מארקאוויטש הי"ו גבאי ביהמ"ד, און גערעדט בענין אז די בארא פארקער קהילה האט מקיים געווען די לעבעדיגע צוואה פון רבי'ן זצ"ל הכ"מ, און באטאנט אז אפי' די א.ג. גיפעלטשטע צוואה לויטעט אויך נאר אויף וומ"ס.
|