דעמאקראטישע וואלן פאר רבנות
שטעלט אייך פאר ווען מ'קען ווען מאכען וואלען פאר רבנות. יעדע פיר יאר וואלט דער רבי געברויכט ווידערוועלט ווערן. כ'שטעל מיך פאר אז ביים קאמפיינען וועט דער רבי מוזען צוזאגען מופתים מיט ישועות און וועט האבן א קאמפיין קאסע פון קוויטעל געלט. די קאנדידאטן פאר רביסתעווע וועלן אפהאלטען צוויי דעבאטעס: איינס אין וויליאמסבורג אויף ראדני און איינס אויף גארפילד אין קרית יואל. זיי וועלן ארומפארן אין אלע פארשטופטע שטעט וואו עס וואוינען סאטמארע אידען צו האלטן קאמפיין ראליס. כדי אויפצוטרייבען שטיצע וועלן זיי שטיין אינעם האנטעך צימער נעבן די מקוה אין עררייכען די האנט פאר עוברים ושבים און פארלאנגען זייער שטיצע ביים שטים קאסטען. ביים טאג פון די וואלען וועלן ביידע זיך פאטאגראפירן ביים שטים בודקע, און פארשטייט זיך שטימען פאר וועמען זיי האלטען איז דער פאסיגסטער קאנדידאט (זיך זעלבסט, אוודאי). די נאכט נאך די וואלען וועלן שטיצער פון ביידע זיך פארזאמלען ביים קאמפיין הויפטקווארטיר, דער אין א שאטער אויף ליע ביי ווילסאן און דער אנדערער אין א שאטער אויף יחזקאל בראך'ס תיפלה-פארקינג לאט. נאכדעם וואס מ'וועט האבן אפגעציילט רוב שטימען, וועט דער פארלירער אנריפען דעם געווינער צו וואונטשען א מזל טוב. ביידע וועלן האלטן רעדעס פאר זייערע שטיצער, דער א געווינער דרשה און דער אנדערער א קאנצעסיע ספיטש. אויב די רעזולטאטן וועלן זיין שמאל וועט מען גיין צו דין תורה ביי די דיינים פון די קהלה. אויב וועט מען עס ברויכען אפעלירן וועט מען גיין צום בי"ד בית יוסף.
אן אילוזיע........
 |
|
|