איך בין נישט קיין שרייבער איך וועל עס איבער לאזן פאר די שרייבערס ביטע שרייבן דא נאר וועגן די שבת ביי כ"ק רבינו שליט"א וועגן ר' ז"ל עפענן איך אן עקסטערע אשכול
איין זאך וואס איך וועל זאגן ביי די טיש ביי כ"ק רבינו שליט"א און טענעט איז געווען אזא עולם וואס ווער עס איז דארט געווען געדענקט נישט און די סאטמארע היסטאריע אזא עולם
נשלח ב-30/4/2006 05:06
יא ס'איז געווען א מורעדיגע עולם איך האב אויך נאך נישט געזען און סאטמאר דאס.
נשלח ב-30/4/2006 05:11
דער אומגלויבליכער היסטארישער בילד פאדערט א לענגערע רעפארטאזש, וואס וועט בע"ה נאכפאלגן במשך די וואך.
נשלח ב-30/4/2006 05:12
פלייש איז דא מער אין MECCA, ביג דיל. אין דעם מעסט זיך א רבי?
א שבת נישט צום באשרייבן.......................................
נשלח ב-30/4/2006 05:29
אין ראדני איז געווען 400 זיצען
נשלח ב-30/4/2006 05:39
יום שבתון אין לשכוח ! צווישען איבער 300 טישן וואס איך בין געווען אין סאטמאר קען איך זאגן אין מיין לעבן האב איך נאך אזאונס נישט געזעהן ! משה פריעדמאן הזאת נעמי ? די האסט געשריגן פאר מרן רבינו הגה"ק שליט"א 7 יאר צוריק איך געב דיר 5 יאר אין קיינער ווייסט נישט ווער די ביסט אפשר האט זיך יעדער געשטיפט נאך 7 יאר צוקוקען ווער ער איז? די האסט געזאגט ער וועט אויסזעהן ווי [הרבנית הצדיקת] אלטא פיגא ע"ה האט זי טאקע אזא כבוד אין גן עדן ? א וויזניצער חסיד זאגט מיר זיין רבי ווארט גאדענער גליקן פרעג איך אים פארוואס זאגט ער מיר ווייל משה פריעדמאן האט געזאגט אז מרן רבינו הגה"ק שליט"א גייט אויסזעהן ווי אים !!!!
נשלח ב-30/4/2006 07:02
טייערע אידן! ס'איז נישטא פשוט קיין ווערטער צו באשרייבן דעם הערליכען שבת וואס האט מאחד געווען אזויפיל אידן תחת דגלו פון רביה"ק בעל ויואל משה זצ"ל און רביה"ק בעל ברך משה זצ"ל ולהבחל"ח ממלא מקומם וממשיך דרכם רבינו הגה"ק שליט"א
אשרי עין ראתה כל אלה! די טויזענטר אידן צונויף געפרעסט אינעם אוהל כאיש אחד בלב אחד מיט איין מטרה ממשיך צו זיין דעם דרך אבותינו ורבותינו הקדושים, אשרי עין ראתה כל אלה! די ווארימע הארציגע תפילות במהקלות רבבות עמך בית ישראל, אשרי עין ראתה כל אלה! די הערליכע טישן וואס האט אריינגעבלאזן אן התחזקות און שטראל פון האפענונג אין אונזער דור יתום,
אזא שבת וואס אידן געדענקן איז אין סאטמאר נאך נישט געווען! ס'האט געפילט מעין די ימים נוראים, מעין די הקפות שמח"ת, ס'איז געווען מעין עולם הבא! די גליקליכע אידן מיט די צאן קדשים וואס האבן דאס בייגעוואוינט וועלן דאס געדענקן לדורות! דעם הרגש איז שווער אראפצושרייבן,
טעות לעולם חוזר : משה פריעדמאן בעט אנטשילדיגונג אויף וואס ער האט געזאגט פאר רבינו הגה"ק שליט"א ב' אייר תשנט בבית רבינו שלט"א ווען ער איז אריבערגעקומען איך וועל די מאכן פאר הרבנית הצדיקת אלטא פיגא ע"ה ער האט געמיינט ווי איר מאן מרן רביה"ק בעל ויואל משה זצוק"ל זי"ע אזוי ווי יעדער האט געזעהן וואספארא ווייטע בליק ער האט געהאט ער האט דאס פאראויס געזעהן ! נצח ישראל לא ישקר ! וב"ה אשר לא השבית גואל !
נשלח ב-30/4/2006 10:26
דער שענסטער בילד פונעם שבת איז געווען די באגלייטן ביים זמן מוצ"ש. עס איז געווען א שטילע באגלייטן אן זינגען, צוליב די שבעה, אבער די מאסן מענטשן וואס האבן געשטראמט איז געווען אין לשער. א בילד וואס די חסידישע וועלט האט נאכנישט געזען
די אינטערעסאנטסטע חלק פון די מעשה איז: דער רב שליט"א איז שוין לאנג געווען אינדערהיים אויף יוז, און דער עולם האט נאך געהאלטן אינמיטן ארויסשטראמען פונעם טענט אויפ'ן וועג צום רבי'נס הויז.
נשלח ב-30/4/2006 10:34
עס איז געווען זייער אינטערסאנט וויאזוי דער רבי שליט"א איז געווארן א וועלטס רבי איבערנאכט. איך רעד נישט פון מענטשן, נאר פון דעם וועג וויאזוי ער האט געפירט טיש, וויאזוי ער האט געזינגען די זמירות און וויאזוי ער האט געזאגט די תורה.
ער האט זיך אויפגעפירט דעם שבת כאילו ער איז שוין רבי 10 יאר. מען האט געקענט זען אז "ער איז געבוירן געווארן צו זיין רבי" (ווי דער רבי זי"ע האט זיך אויסגעדרוקט אויף אים)
נשלח ב-30/4/2006 12:10
די סיגוטער האבן שוין געטוישט זייער סלאגען ביז יעצט איז געווען מיר האבן געוואונען ראדני יעצט נאך שבת וואס זיי האבן געזעהן מיר מיזן האבן מינימום 3 מאל ראדני שרייען זיי אז מרן רבינו הקדוש שליט"א איז עובר על דברי מרן רבינו הקדוש בעל ברך משה זצוק"ל הכמ ווייל ער איז געקומען צו זיין עולם אין וויליאמסבורג
נשלח ב-30/4/2006 18:29
Shamos:
:*:namespace prefix = st1 />Brooklyn, NY - The dueling sons of the late Satmar Hasidic leader managed to keep their battle at bay for this Shabbas, due to a heavy police presence to try to keep the peace. They were holding separate services in the Williamsburg section of Brooklyn, NY.*:namespace prefix = o />
Younger brother *:namespace prefix = st2 />ZalmanTeitelbaum held his service at the main Satmar synagogue on Rodney Street in Williamsburg. And his older brother, Aaron, lead services in a tent at the playing field of P.S. 16 just blocks away. Thousands of followers attended both services.
I'm just curious who this "inmyhumbleopinion" is. The comment you said doesnt sound very humble to me
תוקן על ידי - כל_העולם - 30/04/2006 18:34:32
נשלח ב-30/4/2006 19:11
איך בין געוועהן ביי ביידע רשכבה"גס פרייטאג אויף די נאכט בשעתן דאווענען. איך שטעל מיך נישט פאהר, איך מאך נישט קיין השערות און אויך נישט קיין גזמאות. איך האב געציילט קעפ און דאס זענען די ציפערען.
אין די טענט זענען געוועהן בערך 3200 מענטשען. 100 מענטשען אויף א שטאק פארענטשעס לענגאויס לי עוו. 8 שטאק פארענטשעס אויף די צוויי זייטען (100X16 = 1600). קעגן איבער די אויבענאן זענען געשטאנען א ערך פין 50 מענטשען פער שטאק (50X8 = 400). קומט אויס אויף די פארענטשעס זענען געשטאנען אלעס צוזאמען 2000. אין די חלל זענען געשטאנען בערך 800 מענטשען און אינדערויסען זענען געזעצען אויף אויפגעשטעלטע טישען און ווי אויך געשטאנען צווישען 300 און פיר הונדרעט. נמצא, אז ס'איז געוועהן בערך 3200 מענטשען אין טענט.
אין ראדני זענענן געוועהן לערך 1750 מענטשען. פארענטשעס זענען נישט געוועהן חוץ אויף מעריב וואנט. די פארענטשעס זענען געוועהן אנגעפילט רוב מיט קינדער און בכלל איז נאר געוועהן 75 פלעצער אויף די פארענטשעס. עס איז געוועהן שמעלערע טישען און בענק דורעך אויס די גאנצע שיהל. אויף יעדע טיש פיט בערך פינעף מענטשען. רוב טישען האבען אבער פין גרויס געדרענג געהאט זיבען חסידים. עס זענען געוועהן בערך 240 טישען אין בית המדרש (240X7 = 1680). מער ווי די טישען אין די מערביותדיגע פארענטשעס איז נישט געוועהן אנגעגרייט. נמצא אז אין ראדני איז געוועהן אן ערך פין 1750 מענטשען.
אהיים שפאצירענדיג האב איך געטראכט: איך פארשטיי נישט די אהרונים, זיי ווילען זיכער נישט ראדני צו דאווענען אדער פירען דארט טישען. זיי פיטען דאך דארט קיינמאל נישט אריין.*:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />
Sen. Hillary Rodham Clinton walking the line between two Satmar Hasidic factions yesterday as she paid her condolences to the family of Grand Rabbi Moses Teitelbaum. "He was just an extraordinary person in every respect," Clinton said of Teitelbaum after visiting one of his former homes, now used by eldest son Aron. Earlier, Clinton had visited Moses Teitelbaum's last home, at Bedford Avenue and Ross Street, where Aaron's brother Zalman - who is vying for the Satmar leadership - now lives
http://www.flickr.com/photos/89411930@N00/137529035/
Sen. Hillary Rodham Clinton walking the line between two Satmar Hasidic factions yesterday as she paid her condolences to the family of Grand Rabbi Moses Teitelbaum. "He was just an extraordinary person in every respect," Clinton said of Teitelbaum after visiting one of his former homes, now used by eldest son Aron. Earlier, Clinton had visited Moses Teitelbaum's last home, at Bedford Avenue and Ross Street, where Aaron's brother Zalman - who is vying for the Satmar leadership - now lives