א צווייטער איז דער אנדערער געטרייער גבאי, הרב שמואל הכהן פריעדמאן שליט"א, וואס האט איבערגעלאזט דעם רבי'ן זי"ע'ס הויז און אריבערגעקומען צום רבי'ן שליט"א, וואו ער האט זיך מתבטל געווען פאר'ן רבי'ן און מקבל מרות געווען, און דערנאך נישט אפגעטרעטן פונעם רבי'ן די גאנצע צייט.
הרב שמואל הכהן האט געשריבן קוויטלעך פאר די צענדליגער טויזנטער חסידים וואס זענען געקומען צום רבי'ן ביי די שבעה, דערמאנענדיג דעם עולם די גליקליכע טעג וואס בית רבינו איז געווען פתוח פאר חסידי סאטמאר בכל מקומות שהם, ווען ר' שמואל הכהן איז געזיצן אויף די זעלבע פאזיציע און געשריבן קוויטלעך.
|
|