|
|
| נשלח ב-9/5/2006 17:08 |
|
| |
דא איז אויך דער פלאץ צו באדאנקען אונזער חשוב'ער באליבטער שרייבער ר' קרעמער שליט"א פארן שרייבן אזעלכע גלענצנדע מאמרים ובפרט פאר דעם געשמאקען אשכול. יישר כוח וחיילך לאוריתא.
איך האב געזען אין ספר נטעי גבריאל נאכברענגען פון מדרש רבה פ' וישלח פי' צא אז מען דארף לויבן דעם באשעפער אז די גוים זענען פארנומען מיט גיין אין בתי טיאטראות וכד' ווייל אזוי געבן זיי זיך ווייניגער אפ מיט רודפ'ן אידישע קינדער.
איך האב געוואלט זען דעם פולן מאמר (ער ברענגט עס אויפן שפיץ גאפל) האב איך אפירגענומען דעם מדרש רבה און געזוכט אהער און אהין, און גארנישט געטראפן.
אז איינער ווייסט ווי דאס איז, זאל מוחל זיין ער אהערצוברענגען.
דאכט זיך אז כעין זה זאגט מען נאך פון א פריערדיגן גדול.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/5/2006 19:22 |
|
| |
דיפלאמאט;
יישר כח פאר די אנערקענונג, און פארן מראה מקום. איך האב נישט געוואוסט אויף זיכער ווער דער שער הכוונות איז, הגם איך בין געווען כמעט זיכער אז דאס איז טאקע הגר"ח וויטאל און דער רבי איז האריה"ק זי"ע, האב איך אבער א מנהג אז איך שרייב נישט א זאך בעפאר איך ווייס דאס אויף הונדערט פראצענט.
|
|
|
|
| נשלח ב-10/5/2006 05:36 |
|
| |
א גוטן אווענט;
היינט געזען אין שבט מוסר (פרק ו' אדער ז') אז עס איז דא א פייגל וואס הייסט חול, וואס לעבט אויף שטענדיג! אזוי ווי עס שטייט אין איוב (כ"ט, י"ח) וכחול ארבה ימים.
דער מוציא לאור צייכנט צו א מדרש רבה אז די פייגל האט נישט טועם געווען פונעם עץ הדעת, דערפאר איז זי נישט אין כלל פונעם קללה און לעבט אייביג!
יעצט זעה איך אז רש"י אין איוב ברענגט דאס טאקע אראפ, וז"ל: וכחול ארבה ימים, עוף ושמו חול, ולא נקנסה עליו מיתה שלא טעם מעץ הדעת ולבסוף אלף שנה מתחדש וחוזר לנערותו עכ"ל.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 06:00 |
|
| |
א גוטן אווענט
היינט געזען עטליכע זאכן, לאמיר זעהן וויפיל איך געדענק נאך און וויפיל די צייט ערלויבט.
א) דער מהר"ם שיק שרייבט אין די דרשות אויף שבועות אז דאס וואס עס שטייט לעולם ירגיז אדם יצ"ט על יצה"ר כו' ואם לאו יעסוק בתורה, נצחו מוטב ואם לאו יקרא קר"ש כו'. מיינט עס אז ער האט נישט געלערנט תורה לשמה! ווייל נאר תורה לשמה איז די ריכטיגע תבלין אקעגן דעם יצר הרע.
גראדע איז מיר שווער דערויף, ווייל אין ירושלמי שטייט "הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו, המאור שבה מחזירם למוטב", איז דאך משמע אז אפילו ווער עס האט חלילה פארלאזט די תורה איז נאך אלץ די תורה א תבלין אקעגן זיין יצר הרע, ואכמ"ל.
ב) אין כף החיים הל' נטילת ידים ברענגט ער פון יפה ללב אז ווען מען רירט אן א גוי, זאל מען זיך וואשן די הענט איידער מען לערנט אדער דאווענט.
שפעטער אביסל ברענגט ער פון בן איש חי אז לגבי אנרירן מקומות המכוסים איז א נפקא מינה אויב מען רירט אן די לינקע אדער די רעכטע ארעם, ווייל די לינקע ארעם איז אויפגעדעקט ביי הנחת תפילין, ווערט מען נישט טמא ווען מען רירט צו דערצו.
ג) אין די גמרא (שבת קל"ד ע"א) האב איך געזען אז א קינד וואס איז געל, אויסערדעם וואס מען טאר אים נישט מל זיין צוליב סכנה (די בלוט איז נאכנישט אריינגעקומען געהעריג און ער קען שטארבן), איז דא דערביי א פראבלעם ווייל מען מוז מטיף זיין דם ברית, און ביי אים וועט נישט טריפן קיין בלוט!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 07:22 |
|
| |
קרעמער צו פארענטפערן דיין קשיא וואלט איך געזאגט אז עס איז דאך דא פילע מדריגות אין תורה לשמה און תורה שלא לשמה. לשמה קען מיינען קודם סתם לשם מצוה. לשמה קען מיינען לשם די שכינה. לשמה קען מיינען לשם די ה',כידוע .
די זעלבע איז דא ווען מען רעדט פון תורה שלא לשמה עטליכע מיינונגען דערין. לערנען, אבער נישט אינגאנצן ריין ממש נאר לשם לערנען . לערנען אבער נישט אינזין האבן אז ער טוט יעצט רצון השם. נאכדעם איז דא שלא לשמה, מאכן דאס לערנען ווי א קרדום לחתור בה, לערנען כדי מען זאל אים צוליב דעם מכבד זיין. לקנטר. זיך גרויס צו האלטן מיט די לערנען, . און אזוי ווייטער.
יעצט דאס וואס דער ירושלמי זאגט אז אפילו ווער עס האט פארלאזט די תורה אבער איז די תורה נאך אלץ א תבלין , איז נאר ווען ער לערנט כאטש נישט לקנטר, נאר סתם ווייל ער וויל נאך לערנען, אבער אויב למשל לערנט ער טאקע מיט א שלעכטע כוונה, קען זיין העלפט עס שוין נישט. (ביי אחר שטייט דאך אז ער איז ארויס לתרבות רעה ווייל נישט געלערנט בקדושה, זעמיר דאך די בחינה אז נישט 'אייביג' איז טאקע תורה א תבלין.)
קען טאקע אויך זיין אז פאר דעם זאגט די גמרא אז אויב עס האט נישט געהאלפן די עצה פון לערנען איז פשט אז עס פעלט דער לשמה (עפעס א בחינה )און פאר דעם העלפט עס נישט, דערפאר גיט ער די עצה פון ליינען קר"ש וואס דאן איז מען מקבל עול מלכות שמים, און דאן וועט דאס העלפן אז דאס לערנען זאל יא זיין אין א בחינה פון לשמה .
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 07:28 |
|
| |
לגבי דעם ענין פון טמא ווערן במקומות המכוסים , וויל איך צוצייכענען וואס איך האב נישט לאנג צוריק געזען ערגעץ (איך געדענק נישט וואו) וואס האט מיר פארענטפערט א זאך ווא ס פלעגט מיך דרוקן.
יעדער ווייסט אז די נאז איז איינע פון די פלעצער וואס צריך נטילה , אבער איך האב מיך אייביג געוואונדערט פארוואס איך האב אבזערווירט פיל מענטשן (אריינגערעכנט מגידי שיעור, ערליכע אידן וכדומה) וואס האט מיר אויסגעקוקט ווי זיי זענען אויף דעם נישט מקפיד , און וואשן זיך נישט די הענט, אפילו עס האט זיך קלאר אויסגעפעלט. איך האב געטראכט אפשר פארגעסן זיי, אדער ס'צו שווער.
האבעך אבער געזען ווי איינער שרייבט טאקע קלאר אז יא, די וועלט איז מיקל אין דעם ענין, און מען פארלאזט זיך אויף די מקילים(איך ווייס נישט ווער זיי זענען), און מען פארלאזט זיך צו אפוואשן די פינגערס מיט די רוק, שפייעכץ. ע"כ.
איז דאס דערווייל דער לימוד זכות.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 15:15 |
|
| |
אלוועיז;
זייער גוט געזאגט, [עס אלוועיז בלעז].
בנוגע זיך וואשן די הענט נאכן צורירן צואת האף והאוזן, עס שטייט קלאר ארויס אין הלכה אז מען זאל זיך וואשן מיט וואסער, ר"ח וויטאל שרייבט אז דער אריה"ק האט אים אנגעזאגט נישט צורירן אינעווייניג פון די אויערן אינמיטן דאווענען. דער כף החיים ברענגט אבער אויך צו עפעס מקילים וואס האלטן אז נאכן בלאזן די נאז איז עפעס גרינגער, איך וועל אי"ה היינט איבערקוקן.
|
|
|
|
| נשלח ב-11/5/2006 18:50 |
|
| |
יא, ער ברענגט - דער כף החיים אין סי' ד' - פונעם יעב"ץ אין מור וקציעה, וואס איז מיקל לגבי צואת האף. אויך אין ספר חסידים און אין שלה"ק שטייט אז ביים ווישן די נאז איז גענוג מיט קינוח, און דער כף החיים פירט אויס אז לעת הצורך קען מען זיך פארלאזן אויף די שיטות.
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 03:55 |
|
| |
מיר ווילן נאכאמאל אויסדרוקן א יישר כח פאר אונזער מגי"ש הרב קרעמער פארן געבן די שיינע שיעורים און גוטע אינפארמאציע.
היינט געזען אביסל הלכות ברכות.
די אלע פאלגענדע ברכות אויב דארף מען זיי זאגן איז דאס געהעריג בשם ומלכות.
ווען איינער זעט נישט זיין חבר פאר מער ווי 30 טעג, מאכט א שהחיינו, אויב עס איז מער ווי צוועלף חדשים מאכט מען ברוך מחי' המתים, אבער דאס איז נאר אויב מען האט יענעם שטארק ליב און מען פרייט זיך אים צו זען.
ווען איינער זעט חכמי ישראל מאכט א ברכה שחלק מחכמתו ליראיו. אויב איינער זעט חכמי אומות העולם וואס קענען חכמות העולם מאכט א ברכה שנתן מחכמתו לבשר ודם.
ווען א פרוי געבוירט א קינד , נאר אויב ס'איז א זכר, דארפן ביידע עלטערן מאכן די ברכה הטוב והמטיב,
אויב עס איז געשען א נס פאר איינעם, דארף ער מאכן די ברכה פון שעשה לי נס במקום הזה ווען ער גייט דארט אריבער, אבער נישט מער ווי איינמאל איןן דרייסיג טעג. עס איז א גאנצע מחלוקת וואס הייסט א נס, און ווי ווייט דער נס דארף זיין,. ס'דא וואס זאגן נאר אויב עס איז חוץ מדרך הטבע, ווי למשל א לייב איז אים באפאלן אבער אויב עס איז מנהג העולם, ווי למשל רויבער זענען אים אנגעפאלן און ער איז געועון אין א סכנה אבער איז דערנאך ניצול געוואןר ווייל איינער איז פונקט אנגעקומען צוליב זיינע געשרייען, דארף מען נישט מאכן די ברכה. ווידער אנדערע זאגן אז דעמאלטס אויך, דעריבער איז גוט צו מאכן די ברכה אן שם ומלכות. אפילו איינער זעט דעם פלאץ ווי דער נס איז געשען פאר א צווייטן , מאכט נישט די ברכה.
ווען מען זעט א פלאץ ווי עס איז געשען אמאל א נס פאר כלל ישראל ווי דער ים סוף מאכט מען די ברכה שעשה נסים לאבותינו במקום הזה. עס איז א שאלה צי דוקא ווען ער זעט ממש יענעם פלאץ וואו דער נס איז געווען , וויל דער טייל ים סוף וואס האט זיך געשפאלטן, אדער אפילו ווען מ'זעט בכלל דעם ים סוף.
ווען איינער זעט דאס פלאץ ווי עס איז געשען א נס פאר צדיקים און עס איז דורך דעם נתקדש געווארן שם שמים ווי דער לייבן גרוב וואו מען האט ארייגנעווארפן דניאל, אדער דער כבשן האש פון חנני' מישאל ועזרי' (לכאורה מיינט דאס יענע שטיקל פלאץ אויף וואו דער פייער איז געועון) מאכט שעשה נס לצדיקים במקום הזה.
ווען מ'זעט לויט'ס ווייב, די נציב מלח, מאכט מען די ברכה דיין האמת. (אגב, געדענק איך נישט ווער פון די מפרשי התורה זאגן דארט אויף ותהי נציב מלח, אז פשט גיי ט אזוי ותבט מאחוריו, זי האט געקוקט אויף צוריק, און זי האט געזען אז "ותהי נציב מלח", סדום איז געווארן א שטיק זאלץ. איי דער זאלץ סטאטוע, איך ווייס נישט.)
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-12/5/2006 07:53 |
|
| |
זייער אן אינטערסאנטע אנעקדאט וואס איך האב היינט געלערנט אין די גמרא, קענט איר זען דא. == אויך האב איך היינט געזען אין שבט מוסר אז די פייגל "חסידה" טובל'ט זיך יעדע מאל נאך מצות עונה! פלאי פלאות! און דאך איז זי א טמא'נע פייגל (ער שרייבט אז פון דעם קען מען זיך ארויסלערנען אז א טובל ושרץ בידו איז גארניקס ווערט).
תוקן על ידי - קרעמער - 12/05/2006 7:54:58
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 02:11 |
|
| |
נעכטן געזען (באלאנגט נישט אין דעם אשכול????...) אין ליקוטי מהרי"ח ח"א ביי די אני מאמין'ס, האט ער א נוסח אזוי:
שהבורא יתברך שמו גומל טוב למי שישמור מצותיו ויעניש למי שיעבור על מצותיו, און ער האט דארט א גאנץ פשט פארוואס ביי שכר באקומט מען שוין יעצט שכר אויף מצות וואס מען גייט שפעטער טאן, משא"כ ביי עבירות קריגט מען דעם עונש הערשט נאכן טאן די עבירה ח"ו.
אבער אין אונזערע סידורים שטייט: גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש לעוברי מצותיו, לויט דעם זענען ביידע אייניג, מען געט שכר און עונש נאר נאכן טאן די מעשה המצוה אדער עבירה ח"ו.
אין אנדערע סידורים זעה איך אבער א גירסא: גומל טוב לשומרי מצותיו ומעניש למי שיעבור על מצותיו, איז משמע אז מען קען שוין באקומען אן עונש רח"ל נאך איידער מען טוט אן עבירה, וצריך עיון.
|
|
|
|
| נשלח ב-16/5/2006 03:39 |
|
| |
קרעמער
אויסער דעם וואס עס איז נישט מסתבר אזא זאך אז מען זאל שטראפן איידער מען טוט אן עבירה, (און אפילו א שלעכטע מחשבה ווערט דאך נישט מצורף למעשה און אויב יא, הייסט דאס שוין יא עובר געווען אן עבירה), זע איך נישט אז "למי שיעבור על מצוותיו" זאל דאס מוזן מיינען, . אין מיינע אויגן קען דאס פשוט מיינען פונקט ווי איינער זאל זאגן אין אידיש, 'דער קעניג וועט שטראפן ווער עס וועט אים נישט פאלגן און עובר זיין על מצוות המלך', אבער דאס וועט בכלל נישט ארייננעמען אפילו פאר מען וועט עובר זיין, . איי פארוואס לשומרי מצוותיו, דארף דאס אפשר אן הסבר , אבער עס ווייזט נישט אז די צווייטע לשון פון "למי שיעבור" מיינט אז אפילו מען וועט נישט טון, קען זיין עס איז פשוט כלשון בני אדם.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-17/5/2006 02:47 |
|
| |
אללללוועיז;
יישר כח פארן אויפקלערן די צדדים פונעם צריך עיון וואס איך האב איבערגעלאזט. די גאנצע הערה איז נאר צושטאנד געקומען נאכן זען דעם דיוק פונעם ליקוטי מהרי"ח, סתם אזוי איז מיר קיינמאל בייגעפאלן אז עפעס איז שווער בכלל.
=== היינט געזען אז דאס וואס מיר ווארפן די רעכטע ציצית אויף די לינקע זייט ביים זיך איינהילן אינעם טלית יעדן אינדערפרי, האט טאקע גאר אסאך מקורות (טייל מקורות שרייבן אז מען זאל די לינקע ציציות אויך ווארפן אויף אהונטער, אנדערע זאגן אז מען זאל דאס לאזן פארענט), אבער דאס וואס מיר זענען זיך נוהג צו ווארפן די לינקע ציציות צו די רעכטע זייט האט נישט קיין געהעריגע מקור (מנהג ישראל תורה).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 07:46 |
|
| |
היינט געזען בשם שער הכוונות אז דער הייליגער אר"י פלעגט יעדן אינדערפרי נאכן ארויסקומען פון מקוה מאכן א ברכה אויפן טלית קטן (ווי איך פארשטיי פונעם ארום און ארום, פלעגט ער שלאפן מיט א ציצית, און צופרי פלעגט ער נישט מאכן קיין ברכה דערויף נאר נאכן אויסטוהן און מסיח דעת זיין דערפון אין בור הטבילה).
אויך האב איך היינט געזען אז דער כף החיים פסק'נט אז אפילו אויב די טלית פליהט אראפ אינגאנצן פונעם קערפער, ברויך מען נישט מאכן קיין ברכה ווען מען טוט דאס צוריק אן (דאס איז אקעגן די פסק פונעם מחבר אין שו"ע, און איך בין נייגעריג וויאזוי די וועלט פירט זיך למעשה).
|
|
|
|
| נשלח ב-19/5/2006 08:59 |
|
| |
קרעמער
אללללוועיס
כ'האב היינט געזען אין סידור דובר שלום.. בזה הלשון.
גומל טוב וגו' שינו הלשון מן גומל לשון בינוני. לזמן העתיד ויעניש. יתכן ע"פ מה דאיתא בתנחומא
מי הקדימינו ואשלם . מי קילת לפני עד שלא נתתי בו נשמה. מי מל לפני עד שלא נתתי לו בן וכו'.
הרי שהקב"ה מקדים הטוב לאדם קודם שיעשה מצותו. זהו גומל בהוה טוב למי שיעשה מצותיו בעתיד. אך
בעניני העבירה אין מקדים הקב"ה קודם העבירה רק מעניש אח"ז לכן נאמר בזה לשון עתיד ויעניש למי
שיעבור...עכ"ל
|
|
|
|
|