בית פורומים שיעור עיון

חדשים לבקרים: היינט געזען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/5/2006 18:13 לינק ישיר 

עולם מלא;

יישר כח פאר די גוט ווארט. ווער איז דער מחבר פונעם סידור דובר שלום?



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2006 08:00 לינק ישיר 

היינט געזען אין שערי אפרים (פון ר' אפרים זלמן מרגליות) אז ויהי בנסוע הארון זאגט מען בשעת מען עפנט דעם ארון קודש, און בריך שמיה זאגט מען הערשט ביים ארויסנעמען די ס"ת (איך ווייס נישט פארוואס מיר פירן זיך נישט אזוי).

ער שרייבט אויך אז אויב מען האט פארגעסן צו זאגן בריך שמיה (אדער מען האט געהאלטן אינמיטן שמו"ע וכדומה) בשעת'ן ארויסנעמען די ס"ת, קען מען דאס זאגן בשעת מען גייט "הגבה" אויפן ספר!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-21/5/2006 20:35 לינק ישיר 

לאמיר ווייטער גיין איבער דעם ענין וואס דער רמבם אז פילע עשין און לא תעשה'ס אין די תורה זענען , ע"פ פשטות, געגעבן געווארן צו אוועקרייסן און אויסרייסן די אידן פון די אמאליגע עבודה זרה'ס .

און דו דארפסט וויסן אז ווען זיי האבן מייסד געווען די פאלשע סברות וואס האבן נישט קיין שרש און נישט קיין תועלת, האב זיי געמאכט עצות צו איינפירן זייער אמונה, און זיי האבן מודיע געווען פאר די מענטשן אז ווער עס וועט נישט טון די זאכן וואס באשטעטיגן יענע אמונה וועט אים אנטרעפן יענע פגע.
און ס'מעגליך אז עס זאל זיך טאקע פונקט איין טאג טרעפן פאר איין מענטש און עס זאל טאקע פאסירן יענע זאך, און מען ווערט צוגעצויגן צו יענע זאך. (וואס ער האט דא געזאגט איז היינט א פארשפרייטע טעאריע און "לאו" (איך מיין עס הייסט) פון "לארדזש נאמבערס", אויפן שפיץ גאפל מיינט דאס אז פילע פלוצימע געשעענישן וואס קוקן אויס ווי איינס אין מיליאן וועט עס געשען , איז פארשטענדליך אויב מען נעמט אין באטראכט וויפיל זאכן עס שפילן זיך אפ יעדע סעקונדע ביי יעדן מענטש,)

און עס אי ז באוואוסט אין די טבע פון מענטשן בדרך כלל אז זייער עיקר פחד און מורא איז איבער די זארג פון פארלירן די קינדער און געלט , דעריבער האבן די עובדי אש בזמנם געזאגט אז ווער עס וועט נישט אריבערפירן זיין זון און טאכטער אין פייער, וועלן אלע זיינע קינדער אויסשטארבן. און עס איז נישט קיין ספק אז צוליב די שמועה האט זיך יעדער מענטש געאיילט צו טון דאס וועןג די מורא און פחד אויף זיינע קינדער.
און וויבאלד עס איז זייער א גרינגע זאך גועוען דאס צו טון, ווייל מען האט נאר געדארפט אריבערפירן זיי נעבן פייער, אבער נישט פארברענען, (איך מיין רש"י אויפן פלאץ ביי ולא תתן מזרעו למולך זאגט אויף עס מיינט נאר אריבערפירן נעבן דעם פייער.) האט די תורה דאס מבטל געווען זייער שטארק מער ווי אנדערע עבודה זרה. פאר דעם זאגט דער נביא אז די זאך וואס מען טוט כדי להחיות בנים מיט די פעולה , וועט דער אויבערשטער פארטיליגן די קינדער  ווער עס טוט דאס ווי ער זאגט: ושמתי אני את פני באיש ההוא ובמשפחתו.
ודע, אז די צייכענעס פון יענע פעלים איז נאך ידוע ביז היינט אין די וועלט, ווייל דו זעסט דאך די מילדות וויקלען איין די קינדער און לייגן די קטרת אויפן פייער וואס איר ריח אי ז שלעכט און זיי הייבן אויף די קינער אויף די רויען פונעם פייער, און דאס איז איינע פון די מיני העברה באש, בלי ספק, ואסור לעשותו. און זע די תחבולות וואס האבן געמאכט דעם סברה, ווי ווייט זיי האבן איינגעפירט די הבלים פאר טויזנטער יאר און עס איז נאכנישט אויסגעמעקט געווארן די פירונגען, און די תורה האט דאס געדארפט מבטל זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-21/5/2006 20:50 לינק ישיר 

די זעלבע האבן די עובדי ע"ז געטון בעיניני הממון, זיי האבן גוזר געווען אז איין בוים זאל זין דער פסל ווא ס מען דינט, און דאס איז די אשרה הנטועה עליו, און מען זאל מקריב זיין א טייל און מען זאל עסן א טייל בבית עבודה זרה, .
די זעלבע האבן זיי געמאכט א געזעץ אז די ראשית פון די פרות וואס יעדער בוים גיט ארויס וואס מען קען עסן אירע פירות, זאל מען מקריב זיין א טייל און אויך עסן א טייל בבית עבוד זרה, און זיי האבן צעוויסן געטון פארן פאלק אז יעדע בוים וואס וועט נישט טון אזוי בראשית תבואתו, וועט יענער בוים פארטרוקנט ווערן , אדער וועט פארפוילט ווערן די בלעטער, אדער וועט עס ארויסגעבן ווייניגער פרות אדער וועט אים טרעפן א פגע, אזוי ווי זיי האבן געזאגט אז יעדעס קינד וואס מ'וועט נישט אריבערפירן אין פייער וועט שטארבן.
און צוליב די מורא פון מענטשן אויף זייער געלט (און וואס איז דען אמאל געווען מער געלט ווי זייערע ביימער) האט זיך יעדער געאיילט דאס צו טון.
האט די תורה דעריבער מבטל געווען די סברה און באפוילן צו פארברענען אלעס וואס וועט וואקסן בעץ עושה פרי אין די ערשטע דריי יאר, ווייל טייל ביימער געבן ארויס פרוכט נאך איין יאר, אנדער נאך צוויי יאר, און אנדערע נאך דריי יאר, וכו' און דער בורא האט אונז צוגעזאגט אז מיט ן מאבד זיין די ערשטע תבואה וועט זיך גאר פארמערן די תבואת האילן, ווי ער זאגט: להוסיף לכם תבואתו, און ער האט באפוילן צו עסן נטע רבעי פארן אויבערשטן אנשטאט דאס עסן די ערלה בבית עבודה זרה.
און עס שטייט אין די קדמוני עובדי עבוד זרה אין ספר העבודה המצרית אז זיי פלעןג פארשימלען געוויסע זאכן און געווארט לויט די ביאת החמה במזלות ידועים  און געמאכט מעשה כישוף און געזאגט אז די זאך איז אנגעגרייט פאר יעדן וואס האט איינגעפלאנצט א בוים עושה פרי און זאלן זיך פארשפריטטן ארום די פארשימלטע זאך צו פארשנעלערן און מאכן וואקסן די בוים און געבן פרוכט שנעלער ווי נארמאל. און זיי האבן געזאגט אז דאס איז א דבר מפלא און דאס איז די בעסטע פון אלע אנדערע כשפים וואס ארבעטן צו ארויסגעבן שנעל די פרוכט.
וכבר בארנו לך והודענוך אז די תורה האט אונז געוואלט אוועקנויגן און דערוויטטערן פון די מעשה כישוף, און פאר דעם האט זי געאסרט אלעס וואס וועט וואקסן די ערשטע דריי יאר, כדי מען זאל נישט וועלן צו טון מעשים צו פארשנעלערן ארויסצוגעבן די פרוכט לויט ווי זיי האבן געמיינט. און נאך דריי יאר וועט שוין סייווי זיין געפארטיגט דאס ארויסקומןע פון די פרי ביי רוב ביימער בארץ הצבי לויט זייער טבע, און מען וועט נישט דארפן צוקומען צו די כוחות פון יענע כישוף וואס איז געווען באוואוסט אין יענע דורות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 07:05 לינק ישיר 

קרעמער סידור דובר שלום איז געדרוקט אין סידור אוצר התפילות און דער מחבר פון דובר שלום שטייט דארט איז געווען . הרב הג"מ יצחק אליהו לאנדא מ"מ דפה ווילנא מח"ס ברורי המידות. כפלים לתושיה. לשומיע כלמודים. ועוד.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-22/5/2006 18:57 לינק ישיר 

איך האב לעצטנס געזען אן אינטערסאנטע קשיא פונעם שפת אמת מ'גור זצ"ל (אין מכתבי תורה):

וויאזוי קען מען זאגן ביי מצות ציצית ותרי"ג מצות התלויים בה, ציצית איז דאך איינס פון די תרי"ג מצות, בלייבט דאך איבער נאר תרי"ב מצות?...



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-22/5/2006 22:17 לינק ישיר 

קרעמער. אז דו האסט א תירוץ איז עס א גוטע קשיא... [ומכלל...]



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-28/5/2006 07:30 לינק ישיר 

איך האב היינט געזען א דבר פלא, וואס איז אויך ענינא דיומא.

דער רמב"ם (אין הל' חנוכה) האלט אז ראש חודש און די אנדערע טעג וואס מען ענדיגט נישט הלל, זאל מען אויך אויסלאזן "הללו את ה' כל גוים" און "הודו לה' כי טוב" ביז מן המצר!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-29/5/2006 02:33 לינק ישיר 

היינט געזען אין סידור היעב"ץ ביי הלכות נשיאת כפים, אז דער יעב"ץ האלט קלאר אז ביים דוכן'ען זאל מען זיך נישט איבערדעקן דעם פנים מיטן טלית! נישט די כהנים און נישט דאס פאלק! יעדער זאל שטיין פנים כנגד פנים צו די כהנים! (ער דרוקט זיך אויס שארף אקעגן די וואס האבן מורא פון בלינד ווערן דורך קוקען, זאגנדיג אז זיי זענען בלינדע מוחות וד"ל).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-31/5/2006 06:17 לינק ישיר 

היינט געזען אן אינטערסאנטן זאך אין שבט מוסר (פרק י' אות כ"ד) אז א יעדן גוי וועט מען שמייסן אין גיהנום אויף דעם וואס ער האט זיך נישט פאראינטערסירט אין די געזעצן פון תורת משה!  



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-4/6/2006 15:50 לינק ישיר 

אנעקדאטן פונעם יו"ט שבועות:

א מדרש ילקוט אז בועז איז נפטר געווארן יענעם נאכט וואס ער האט חתונה געהאט מיט רות! זי איז נתעבר געווארן מיט עובד, און ער איז נפטר געווארן. און דאס איז דער פשט פארוואס נעמי האט אזוי שטארק צוגעשטופט רות'ן, זאגנדיג: אויב נישט היינט, איז פארפאלן!

המשך יבא אי"ה



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/6/2006 20:07 לינק ישיר 

איך האלט יעצט ביי פרק י"א אין שבט מוסר, איך טרעף דארט ידיעות נפלאות אזש נבהל ונשתומם צו ווערן.

צווישן אנדערע:

פאר א ביס פון א בין, לייג ארויף שמוץ פון די אויער און עס וועט זיך אויסהיילן!

א פליג וואס שטארבט אין וואסער, לייג עס אויפן זון, גיס ארויף דערויף אביסל אש, און עס וועט לעבעדיג ווערן!

טרערן פון פרייד זענען קאלט, טרערן פון טרויער זענען הייס (הייסע טרערן!)

די סיבה פארוואס טרערן זענען זאלציג, ווייל אויב נישט וואלטן מענטשן נישט אויפגעהערט וויינען, און וואלטן ח"ו בלינד געווארן.

הייסע וואסער וועט שנעל קאלט ווערן אויב דו לייגסט דאס אקעגן די זון!

אויב א מענטש וועט אריינגיין אין א טיפע גרוב, אפילו אינמיטן טאג, און קוקן אויפן הימל, וועט ער זען שטערנס!

ועוד ועוד ועוד ועוד, כאפט א בליק אינעווייניג, איר וועט זיכער הנאה האבן.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2006 07:28 לינק ישיר 

איך האב שוין - ליידער - א גוטע 10 טעג נישט געשריבן דא, נישט ווייל איך האב נישט געזען יעדן טאג קיין חידושים נוראים אין די הייליגע תורה, נאר איך בין עפעס נישט אנגעקומען דערצו (מסתמא אן עצת היצר).

היינט האט מיר א גוטער פריינט מעורר געווען דערויף, וועל איך דא מעתיק זיין א ווארט וואס איך האב פריער געשריבן אין אן אנדערן פורום:


עס שטייט א מורא'דיג ווארט אין שפת אמת (דאכט זיך מיר פ' תשא) ער זאגט אז די תורה וואס א איד לערנט אום שבת קודש, איז נישט שולט דערויף קיין שכחה!

טייטשט מען מיט דעם: זכרו תורת משה - ווילסט געדענקן דאס לערנען? במצות שבת גרוסה - לערן דאס בעצם יום השבת.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-16/6/2006 08:03 לינק ישיר 

קרעמער

דו טארסט באמת נישט אויסלאזן קיין טאג אן א דבר תורה דא, צי ווייסטו וויפיל אידן דו ביסט מזכה מיט א טעגליכן שיעור און הערן א דבר תורה, וויפיל מענטשן וועלן ענטפערן מיט א רואיגקייט אויף די שאלה פון קבעת עתים לתורה, צוליב דיר (סארי, אייך).

לגבי די ידיעות וואס דו האסט געברענגט איז אינטערעסאנט צי דאס דארף צו ארבעטן אויך היינטיגע צייטן.

(די פליג מעשה קען מען פארטייטשן בדרך אפשר בדוחק אז עס איז געשטארבן אין קאלטע וואסער און עס ווערט צוריק אויפגעלאזט פון די היץ פון די זון, (ווי געשמועסט אין אנדערן אשכול). )

צי קען איך טאקע שפירן דעם חילוק אין טעמפעראטור פון טרערן של שמחה און טרויעריגע. גראדע דאס מיין איך זאגן אויך די היינטיגע אז עס איז בעצם אנדערש.

לגבי אריינגיין אין א טיפן גרוב און זען שטערנס, פארשטיי איך נישט פונקטליך, אבער דאס איז זיכער אז די שטערנס זענען דאך פונקט אזוי אינדרויסן בייטאג ווי ביינאכט, דעריבער עס קען זיין אז דאס מיינט ער צו זאגן, אז פון א טונקעלע פלאץ וועט מען זיי קענען  זען אפילו בייטאג.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-16/6/2006 23:22 לינק ישיר 

היינט געזען אין מנהג ישראל תורה אז עס איז דא וואס זענען מקפיד צו שלאפן ביינאכט מיט די זעלבע ציצית פון בייטאג, יוצא צו זיין די שיטה פונעם רמב"ם אז א בגד וואס איז מיוחד אויף ביינאכט איז פטור פון ציצית, און זיי ווילן נישט זיין ביינאכט אן די מצוה פון ציצית. (פון אנדערע ספרים ברענגט ער אבער אז עס א בזיון צו דאווענען און לערנען מיט א ציצית אין וואס מען שלאפט ביינאכט, ברענגט ער אבער אן עצה פון איינעם פון די גדולים, אז מען זאל אביסל ארומגיין מיט די שלאף ציצית אינדערפרי, אזוי וועט דאס פאררעכנט ווערן פאר א בגד פון בייטאג אויך [ער שרייבט קלאר ארויס אז עס איז נישט גענוג אז מען פארשלאפט דערמיט ביז אין טאג אריין...]).



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > חדשים לבקרים: היינט געזען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
לדף הקודם 1 2 3 4 לדף הבא סך הכל 4 דפים.

bholext
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.