בית פורומים כל העולם כולו

דעם צדיק וואס מיר האבן נישט זוכה געווען צו קענען

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 09:27 לינק ישיר 
דעם צדיק וואס מיר האבן נישט זוכה געווען צו קענען

טרערן זענען געפלאסן פון די אויגן פונעם ריזיגן ציבור וואס האט זיך באטייליגט ביי די דרשות אין ביהמ"ד היינט נאכט ווען דער רבי שליט"א האט פארציילט אביסל איבער די גרויסע צדקות פון זיין הייליגן טאטן.

עס שטיקט מיר פון טרערן ווען איך שרייב די שורות, ווען איך טראכט אריין וואספארא גרויסער צדיק מיר האבן געהאט מיט אונז, אבער איך האב נישט געהאט די שכל זיך מער מוסר נפש צו זיין (אין די לעצטע יארן ווען מען האט שוין נישט אריינגעלאזט געהעריג דעם היימישן עולם) זיך אריינצוכאפן מיט א קוויטל צו אים.

באזונדער איז א ווייטאג אז מיר האבן זיך אלע געלאזט פארפירן פון אונזערע שונאים וועלכע האבן אונז איינגערעדט די אלע יארן אז דער רבי זי"ע איז א ריזיגער מיליאנער, אז ער האט אוועקגעלייגט ריזיגע אוצרות אין שווייצער בענק וכדו', ווען דאס אלעס איז געווען שקר וכזב. דאס אלעס זענען געווען פאלנע ליגנטס, ווי דער רבי שליט"א האט אויפגעדעקט, אז דער הייליגער רבי זי"ע האט אוועקגעטיילט די וועידזש וואס ער האט באקומען פון קהל פאר צדקה, און ס'איז קוים איבערגעבליבן פאר אים און פאר די קינדער און אייניקלעך, וועמען דער רבי פלעגט אויסהאלטן.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 09:34 לינק ישיר 

שוין די לעצטע מער ווי צען יאר וואס די מתנגדים פארקויפן יאוונע וזאוונע, אז דער סיגעטער האט אין די שווייץ ח"י שלמים. דער חשבון איז געווען, ווייל ער מאכט דאך א יאר א מיליאן דאלאר פון קוויטלעך, און שוין אכצן יאר, מילא האט ער אכצן מיליאן דאלאר אין שווייצער בענק. מען האט מיט די שונאי רבינו נישט געקענט האבן קיין אפיר, ווייל זיי האבן געברענגט קראנטע מקורות. "מיין ברודער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט עס אויף זיכער", "יחזקאל בראך פון ב"פ, ער ווייסט אביסל וואס טוט זיך, ער האט מיר קלאר געזאגט אז ס'איז אזוי". די מתנגדים פלעגן אלעמאל שמועסן אז ער האט געבעטן א רעיס וכו' וכו'.

היינט קומט דער רבי שליט"א, און דארף נעבעך ביים הקמת המציבה אפלייקענען א שקר גס וכזב. קודם האט דער רבי דאס גאנצע געהאלט אוועקגעטיילט פאר צדקה. און ער האט נאכדערצו געטיילט א געוואלד צדקה פון וואו ער האט געקענט.

און דאס איז געקומען פון א מענטש וואס האט אליינס געהאט א גרויסן שטוב אויפצוהאלטן. אין די גוטע צייטן פלעגט יעדעס אייניקל באקומען געהעריגע וועידזשעס פונעם זיידן, ארום 300 דאלאר א וואך. חוץ דעם וואס א רבישע ווערטשאפט קאסט אפ ממון ודמים יעדע וואך עקסטער.

אונזער הייליגער רבי זי"ע איז געווען א געהויבענער מענטש, פונקט ווי די געהויבענע צדיקים פון וועלכן מיר ליינען אין די סיפורי צדיקים, וועלכע האבן אוועקגעטיילט זייערע פארמעגנס פאר צדקה. מיר האבן ליידער נישט געהאט די שכל ריכטיג אפצושאצן זיין צדקות.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > דעם צדיק וואס מיר האבן נישט זוכה געווען צו קענען
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext