בית פורומים כל העולם כולו

צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-2/5/2006 22:54 לינק ישיר 
צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א

[לתועלת הענין ווערן צוזאמגעשמאלצן ביידע אשכולות].



סימןטוב:

די "הייליגע צוואה" פון דעם רבן של ישראל, דער חכם עדיף מנביא, כבוד קדושת אדונינו מורינו ורבינו מחמד עינינו, הגאון הקדוש בעל ברך משה זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, וואס ער האט איבערגעגעבן פאר ידיד נפשו עוז, האי חסיד, האי צדיק, האי עניו, הגאון הצדיק המפורסם בן של צדיקים וקדושים רבי ישראל חיים הורוויץ שליט"א אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער.

---------------------

"מורי ורבותי, איך קען ענק נישט זאגן ווי שווער עס איז, ס'איז ממש אָן א כוחות די קומענדיגע ווערטער. ס'איז דא א פּסוק "נפשי יצאה בדברו", ס'איז נישט קיין מליצה און ס'איז נישט קיין גוזמא, נאר ס'איז א זאך וואס איז נישט בידי, איך בין א שליח קודש פון אונזער רבי'ן זכרונו לברכה. א שליח קודש פון קרוב צו צען יאר, עטס קענטס ענק נישט פארשטעלן וואס כוחות דאס האט געקאסט וואס מ'קען נישט ארויסזאגן, דער רבי האט אנגעזאגט אז מען זאל עס נישט ארויסזאגן ביז לאחר אריכת ימיו ושנותיו.
 
איך וועל זייער אכטונג געבן צו זאגן די זאך ווי מילדער ס'קען זיין. הלואי וואָלט עס נישט אויסגעפעלט צו זאגן. איך מוז אויך זאגן, אפשר איז עס נישט אויסגעהאלטן אזוי צו זאגן, הלואי וואלט איך נישט געווען דער שליח, אבער ס'איז א זאך וואס איך בין נישט בכח געווען אפצוזאגן. איך גיי ענק איבערגעבן ווערטער וואס דער רבי זכרונו לברכה האט מיר געבעטן איבערצוגעבן.

איך שטיי דא אין א מקום קדוש, מ'לעבט דאך היינט אין א עולם השקר, מוז מען ליידער מאכן די הקדמה, איך בעט אז יעדער איינער זאל פארשטיין אז אונז זעמיר נישט קיין אידן וואס מען טרויעט זיך קעגן רבי'ן ז"ל - דהתם קאימנא - און אין אזא מקום קדוש, אזא קודש קדשים, צו זאגן א גוזמא פון אן אויסדרוק, נאר ווארט ביי ווארט אזויווי דער רבי ז"ל האט געזאגט. נאר איך וועל עס פרובירן צו זאגן ווי מילדער, דאס הייסט תנא ושייר, פרובירן אפאר ווערטער אויסצולאזן, ס'זאל נישט זיין אזוי שארף ווי דער רבי האט מיר אליינס געזאגט.

איך בין געווען אין שטוב לאדענען צו די חתונה פון איינע פון מיינע קינדער, ביים ארויסגיין האט דער רבי געזאגט "קום אריבער שטילערהייט". כ'האב געמיינט אפשר וויל זיך דער רבי זיך משתתף זיין מיט די הוצאות החתונה, ווייל ביים פריערדיגן קינד איז טאקע אזוי געווען. אפשר האט ער נישט געוואלט יעצט בפני
[כל הקהל], ס'איז געווען א ציבור וואס איז מיטגעקומען, מיין טאטע זאל זיין געזונט, מיין שווער, מיין מחותן דער ספינקער רבי זאל זיין געזונט, און זיין שווער, ס'איז געווען א גאנצע... האב איך אזוי געטראכט, אפשר וויל עס דער רבי בדרך כבוד.
 
איך בין אפאר טאג שפעטער ארויפגעקומען צום רבי'ן.

- - - - - - - -

האט דער רבי געזאגט אזוי:

"טו א קוק".

ס'איז געווען א חתם סופר אויפ'ן טיש, א דרשות חתם סופר - - -  האט דער רבי געזאגט, "טו א קוק", ער האט אויפגעהויבן דעם חתם סופר און ער האט עס מיר געהייסן האלטן. דאס רופט זיך א נקיטת חפץ. האט דער רבי געזאגט אזוי "הייב עס אויף, השמר והזהר ביז אחר אריכת ימים ושני, נישט פאר מיינע, נישט פאר דיינע דערציילן."

איך האב מיר אויפגעשריבן, איך זאג דעם אמת דאס איז מיין כתב, דער רבי האט נישט געשריבן, איך האב נאר אויפגעשריבן, איך וויל עס געדענקען, איך וועל אויסלאזן אפאר ווערטער אזויווי איך האב פריער געזאגט, ווייל איך קען נישט זאגן אזוי שארף, אבער וואס איך זאג איז יעדעס ווארט, יעדעס אות לשון קדשו, איך בין מקיים חייב אדם לומר בלשון רבו.
 
[
דא בעט אים איינער פון די ראשי הקהלה ער זאל נישט אויסלאזן,
 
נישט אויסלאזן? וועמיר זען, מען דארף האבן כח צו זאגן יעדעס ווארט].

- - - - - - -

"איך בין ארומגערינגעלט", איך לאז דערווייל אויס אפאר ווערטער,
"איך קאן עס נישט באגרייפן וואס ווילן זיי פון מיין רבי אהרן, זיי וואלטן אים איינגעשלונגען, זיי ווילן נישט ער זאל זיין, און איך וויל נאר אזוי."
 
האב איך געפרעגט דעם רבי'ן וועם מיינט דער רבי, להוי ידוע דאס איז שוין אסאך יארן צוריק, און איך האב נישט געוואוסט וואס דער רבי מיינט, האט דער רבי געענטפערט "אלע, אלע!"

דער רבי איז געווארן זייער היסטעריש, ער איז געווארן זייער רויט, איך האב געפילט אז עס גייט עפעס נישט, האב איך מיר מורה היתר געווען און כ'האב געפרעגט, איך מעג אפשר מפסיק זיין דעם רבי'ן? האב איך געזאגט פאר'ן רבי'ן, ס'איז געווען תש"ל, מיין זיידע איז געוווען דאהי אין אמעריקע, איז רבי אהרן ארויפגעקומען אין שטוב נעמען שלום. ווען ער איז אהיימגעגאנגען פרעג איך מיין זיידן "וואס זאגט דער זיידע צום סיגעטער רב'ס זון?", האט מיין זיידע געענטפערט, "וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!
(נאכאמאל) וואס איך זאג? דער עצי חיים מאכט א רקידה אין הימל!".
 
איך האב ב"ה זוכה געווען, איך האב מיך געקויפט עולם הבא דעמאלט מיט'ן רבי'ן, וויאזוי דער רבי האט, די אויגן האבן אים געגלאנצט. אברך את ה' אשר יעצנו.

אבער דער רבי איז געווען שוואך, זייער שווער עס צו זאגן - - -  און דער רבי האט זיך גענומען יעצט פון מיין זיידן, אזויווי איך האב גערעדט פון מיין זיידן האט דער רבי גענומען דערציילן א מעשה וואס איז געווען שטארק מרגלא בפומי' צו דערציילן, ווען מ'איז פריי געווארן פון מיליטער, געזאגט די מעשה פון אנהויב ביז צום סוף, און דער רבי געזעגנט מיך, דער אויבערשטער זאל העלפן מען זאל זיין געזונט, און און ס'ענדיגט זיך.
 
נאכאמאל ס'איז שווער צו זאגן, מ'איז דאך געווען שוואך, האב איך געפילט ס'איז דאך נישט קיין יושר, דער רבי האט מיך דאך גערופן און ער הייבט דאך אן עפעס צו זאגן דברים כדרבונות, וועל איך דערמאנען דעם רבי'ן, האב איך דערמאנט דעם רבי'ן "דער רבי האט דאך עפעס געוואלט זאגן וועגן רבי אהרן", האט דער רבי ווייטער אנגעהויבן, יעצט שרייב איך מיך ווייטער.
 
"איך ווייס נישט וואס זיי ווילן פון אים, ער איז דאך פון קינדווייז אן אזוי אפגעהיטן. וואס ווילן זיי פון אים? וויל איך דיר זאגן:" דער רבי האט מיר געזאגט אויף איינעם, איך האב א ספק צי ס'איז לפי כבודו, איינעם פון די קרובים פון רבי'ן ז"ל וואס איז אויף דער עלטער געווארן שוואך און האט פארגעסן, האט מיר דער רבי געזאגט, "ער האט אויך אנגעהויבן צו פארגעסן, איך האב מורא אז איך פארגעס, איך מורא איך וועל אליינס זאגן אנדערש ווי איך זאג."

איך מוז איבערזאגן די ווערטער, "איך האב מורא איך פארגעס, איך האב מורא איך וועל זאגן אליינס אנדערש ווי איך זאג."

"איך האב עס געזאגט פאר רבי נפתלי'ן אויך", איך האב נישט געכאפט פונקטליך דעמאלט וועמען דער רבי מיינט, איך האב נישט געכאפט דעמאלט אז ר' הירצקא, הר"ר הירצקא צוויבל פלעגט דער רבי רופן ר' נפתלי. איך האב נישט געוואלט איבערפרעגן וועמען דער רבי מיינט, אבער ס'איז מיר שוין אויסגעקומען במשך הזמן.
 
"איך האב עס געזאגט פאר אים אויך, איר זאלט ביידע געדענקען צו זאגן, על פי שני עדים יקום דבר, ועמדו שני האנשים."
 
א וואך שפעטער בין איך אהיימגעפארן אויף ארץ ישראל, איך האב דאך נישט געוואלט אז מיינע קינדער זאלן וויסן, האב איך געמוזט מאכן א יוצא מן הכלל, איך בין זיך געגאנגען געזעגענען, איך האב געזאגט עפעס א תירוץ פאר מיינע קינדער, איך בין מיך געגאנגען געזעגענען אליינס, ווייל איך האב נאך געוואלט עפעס איבערפרעגן, אז דאס וואס דער רבי האט געזאגט וועגן רבי נפתלי, האט מיך דער רבי נישט געלאזט אויסרעדן, "מען וועט ענק גלייבן!" שוין, האב איך נישט געקענט ממשיך זיין.
 
עד כאן דבריו הקדושים.
 
איך בין ממש אָן א כוחות אז איך האב דאס געדארפט זאגן, ס'איז נפשי יצאה בדברו, און איך האב נישט קיין שום היתר, איך בין נישט געגאנגען פרעגן קיין שאלה, איך האב געהאפט ס'וועט קיינמאל קומען דערצו אזויווי יעדער האט געהאפט אז די ענינים וועט נישט זיין, ס'וועט זיין להלכה ולא למעשה, אבער אז ס'האט אזוי פאסירט. - - - -

------------------

מיין זיידע ז"ל אין דעם בריוו וואס ער שרייבט אויף די התמנות פון רבי'ן ז"ל דער ברך משה, שרייבט אויך די ווערטער "אמרנו בצלנו נחי' בגוים אבל כעת בעוה"ר שלא זכינו לזה, איז דא א צורך להעמיד במקומו איש על העדה.
 
דא, דאס להעמיד במקומו איש על העדה דארף מען נישט זאגן, און ווער דער איש על העדה דארף מען אויך נישט זאגן, און ווער דער איש איז דארף מען אויך נישט זאגן, ס'איז גארנישט לפי כבודו הגדול אז אונז זאל מיר זאגן שבחים. נאר דאס האב איך געפילט מוז איך איבערזאגן.

דער באשעפער זאל העלפן מען זאל מיך היטן מכל עקתין בישין, פון בעלי בחירה, דער אויבערשטער זאל אונז אלע העלפן מיר זאלן זיך שטענדיג צוזאמקומען טאקע במחיצתו פון רבי'ן זאל זיין געזונט, און דער רבי זאל נעמען אויף זיך מתפלל צו זיין, אזויווי ר' בערל דער ראש הקהל האט פריער דערמאנט, אם קטן אתה בעיניך ראש שבטי ישראל אתה, דער רבי זאל נעמען אויף זיך דעם ענין פון מתפלל צו זיין פאר אידישע קינדער.

אלע הרבצת התורה און אלע דרשות ווייסט מען דאך, דער רבי זאל וויסן אז ס'ליגט אויף אים אז ווען א איד איז צעבראכן און ער גיסט זיך אויס דאס הארץ און ער איז מאמין אז די תפילות פון אן ערליכן איד איז עושה רושם, זאל דער רבי נעמען אויף זיך, ער זאל מתפלל זיין פאר אונז.
 
מיר זאלן שוין אלע האבן די זכי' צו זען צוריק דעם רבי'ן כשיעמוד לתחי'.

איך וועל זאגן א זאך וואס פאסט אין אזא געלעגנהייט צו זאגן, מיין זיידע ז"ל האט געזאגט אז דער רבי ז"ל דער דברי יואל האט אמאל געזאגט אין ארשיווע, שאל מאן דבעי, אלע צדיקים האבן דאך געזאגט וואס בעט מען, יעדער כדרכו בקודש, האט מיין זיידע געזאגט אז דער רבי ז"ל האט אמאל אין ארשיווע געזאגט, אז דער אויבערשטער איז מיט אונז בעט מען ער זאל בלייבן מיט אונז, דער רבי איז דאך יעצט מיט אונז, דהתם קאימנא, בעט מען אז דער רבי ז"ל זאל בלייבן מיט אונז. ער זאל בלייבן מיט אונז און אונזערע קינדער, ווי לאנג דער רצון ה' איז מ'זאל בלייבן אין גלות זאל מען זיך קענען האלטן פעסט.
 
זאלמיר זוכה זיין אלע אינאיינעם קעגן צו גיין דעם גואל צדיק ומלכינו בראשינו בב"א.


תוקן על ידי - כל_העולם - 02/05/2006 22:55:41



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 22:58 לינק ישיר 

עכטע נייעס:

מעכטיגע צוואה פון אב"ד מאנטשעסטער

איך הער יעצט אז און קרית יואל האט גערעדט אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער און ער האט געזאגט א מעכטיגע צוואה פון רבינו זי"ע שטערקער פון ר' הערצקע צוויבל שליט"א

ווער ס'איז דארט געווען זאל ביטע פאסטן

פאטאקי08:
איך קען נישט פאוסטן ווייל מסורת ארבעט נישט
איינער ווייסט פארוואס?
איז דא עפעס א אלטערנעטיוו
איך מוז ניצן א דייל אפ צו גיין דורך היידפארק ווייל איך האב DSL JNET און ס'גייט זייער שטייט איך קען אזוי נישט שרייבן

איז דא עפעס א אלטערנעטיוו וועג?

עכטע נייעס:
ער האט פארציילט בערך אזוי

ער פלעגט גיין צו רבינו זי"ע פאר ער פלעגט חתנה מאכן און רבינו זי"ע פלעגט אים געבן אסך געלט איין מאל לעצטנס ווען ער איז געווען ביי רבינו זי"ע האט עים רבינו זי"ע געזאגט אז ער זאל צוריק קימען באלד ער האט נישט געוויסט וואס ער וויל ( ער האט געמיינט די רבי וויל עים געבן אסך געלט ) ער איז צוריק געקומען און רבינו זי"ע האט געהאט א חתם סופר אוין טיש ער האט עס געלייגט אויף זיין האנט און געפרעגט אויב ער זאגט צו ער גייט נישט פארציילן פאר קיינעם וואס ער גייט עים זאגן ביז נאך די 120 ער האט צוגעזאגט פאר רבינו זי"ע

האט רבינו זי"ע אנגעהויבן אזוי עס דריין זיך ארים מיר מענטשן וואס זיי....(ער האט נישט געוואלט זאגן די לשון וואס רבינו זי"ע האט געניצט אויף זיי) וואס האבן פיינט מיין זין ר' אהרן איך ווייס נישט פאר וואס זיי האבן עיהם פיינט איך קען עיהם נאך פון אלטץ קינד ער איז זייער א גרויסע מענטש און איך וויל נאר ער זאל זיין מיין ממלא מקום נאך די 120 איך האב עס שוין געזאגט פאר נפתלי (ער האט נישט געוויסט ווער דער נפתלי וואס רבינו זי"ע איז) יעצט ווייסט ער שוין


דאס וואס איך שרייב איז בערך ווער ס'איז דארט געווען זאל ביטע געבן א קלארע באריכט

פאטאקי08:
די מעין מעיזדשער פרט האסטו נישט געשריבן
ער האט געזאגט אזוי:

דער רבי האט אים גאזאגט אויף איינעם פון זיינע קרובים משום כבודו האט דער מאנטשעסטער רב נישט געוואלט זאגן ווער האט דער רבי געזאגט אויף אים אז ער איז שוין שוואך און ער פארגעסט...

האט ער נאך געזאגט דעם רבי'ן לשון (בערך מ'קען הערן דעם טעיפ צו הערן פונקטליך)

"איך פארגעס,  איך האב מורא אז איך וועל אליין זאגן אנדערש ווי איך זאג"

עס איז כדאי צו הערן דעם טעיפ ווייל איך האב נאר געשריבן ראשי פרקים

ער האט געזאגט נאך זאכן ווי דער רבי האט געזאגט שני עדים.... מוועט גלייבן....
ס'בעסער צו הערן דעם טעיפ
איך האף אז מ'וועט עס ארויף לייגן דא

עכטע נייעס:
יא די רבי האט עיהם געזאגט איך האב מורא איך גיי שוין אנהייבן פארגעסן און איך וועל זאגן זאכן וואס איך וויל נישט ס'זאל זיין

איז יעצט האב איך שוין געזאגט פאר דיר און פאר נפתלי וואס איך וויל זאלט עטס נאך די 120 פארציילן עטס זענטס צוויי מענטשן וועט דער עולם ענק גלייבן




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:00 לינק ישיר 

אשר זלמן:
וועלעכע נפתלי?

עכטע נייעס:
הרב ר' הערצקע צוויבל שליט"א פלעגט רבינו זי"ע ריפן נפתלי



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:02 לינק ישיר 

אשר זלמן:
וועלעכע יאר האט די רבי זי"ע דאס געזאגט פאר אב"ד מאנטשעסטר?

13hooper:
תשנז

אין האט קודם געמיינט אז אפשר מיינט ער נפתלי זיין ברידער אין האט מורא געהאט צי פרעגען אפען צי דער רבי האט עיהם עפעס געזאגט וועגען לאחמוש" האט ער נאר עיהם געפרעגט דעמאלס ווען ער איז געווען לעצטענס ביים רבין אין האט פארשטאנען אז נישט עיהם האט ער געמיינט אין האט נישט געוויסט ביז נעכטען אז דער רבי פלעגט ריפען ר הירצקא "נפתלי" אין אז ער איז דער צווייטער עדות

עכטע נייעס:
מקען הערן די דרשה אויף קול סאטמאר
212-990-7303
#7

hotwire:
ר' הירצקא צוויבעל פולע נאמען איז נפתלי הירצקא צוויבעל



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:05 לינק ישיר 

פאטאקי08:
דא קענט איר עס הערן 

עכטע נייעס:
קרעדיט פאטאקי08
For JNet users
http://download.yousendit.com/93705A9033EFCB5B




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:07 לינק ישיר 

yohcee718:
וואס איז דער משוגעת פון שראבען טיטלען און א נאמען , ווער איז דער אב"ד מאנטשעסטער?
ער זאגט דאך אז ער וואוינט אין אר"י?

בבקשה נעמען אין באטראכט אז פון היינט מאהל אהן איז נישט נאר וואס מ'דארף שרייבען א נאמען ווען מ'שרייבט אב"ד מאנטשעסטער נאר אפילו ווען מ'זאגט
וויזניצער רבי
ספינקער רבי
באבאווער רבי
סקווערער רבי
 און יא BELIEVE IT OR NOT
סאטמאר רבי



נאך א נקודה
די אהרונים מאכען דא א געפערליכע טעות.
די זאלמונים זענען בכלל נישט אינטערסירט און צאוואעס שמאוואעס קיינער פון זייער פארטיי איז נישט אינטערסירט אדער מאכט זיך צו טוהן אפילו אויב מ'זאל דאס מוכיח זיין בלי שום צל של ספק אז לפי רצון האדמור ר' משה דארף ר' אהרן זיין רבי.

איך דארף דען דאס מגלה זיין פאר די אהרונים אז THEY DON"T GIVE  A HOOT וואס דער רבי האט געוואלט? ס'גייט זיי נישט אהן אין די לינקע פאה. רוב פון זיי זענען דאך געווען קעגען זיין רעביסטעווע לכתחילה!!

דער גאנצער שפיל מצדם איז צו קומען צו די מידיא אדער קאורט אין נוצען זייערע צעטלעך לחזק ר' ז"ל אבער בכלל נישט קומט אין באטראכט צו פאלגען ר' משה זצ"ל

איך האלט די אהרונים בטל'ן די צייט מיט דעם קאמפעטישען פאר צוואות....

אחת למעלה:
איך האב דאס שוין געשריבן לגבי ר' הערצקא צוויבל'ס דרשה און ס'איז אקטועל אויך אויף מאנטשעסטער רב'ס דרשה. די אלע זאכן זענען פארגעקומען נאכדעם וואס דער רבי ז"ל איז געווען העכער אכציג. לשיטת הארונים, העכער אכציג קען מען נישט טוישן קיין צוואה. איין זאך איז זיכער, לכל הפחות דערווייל, אז ס'איז נישטא קיין געשריבענע צוואה, מיט חתימות פון צוויי עדות, וואס דער רבי ז"ל האט געשריבן אין די יונגע יארן לטובת ר' אהרן. אשר על כן קענען זיך אויפשטעלן אלע מר בר רב אשיס און האלטן וויפיל דרשות זיי ווילען נאר.

עס איז גאר מעגליך אז ווען דער רבי ז"ל זאל וויסען אז שלוחים פון בכורו וועלן שרייבן אין געריכט פאפירן אז ער איז severly demented עפ"ל, וואלט ער אים נישט נאר נישט אויפגענומען פאר רב אין קרית יואל נאר ער וואלט אים אפילו מקוה איד נישט געלאזט זיין.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:11 לינק ישיר 

שור שנגח:
מאנטשעסטער רב ווייסט גארנישט וואס עס ווארט אים יעצט.

זיין פעטער וועט אים לייגן אין חיירעם.
פראדעל וועל ארויסגעבן א דאזען טעיפס פון אים.

אלעס פארן פארציילען וואס דער בירך משה האט אים געזאגט, איבער די מושחתים און זייער דורכגעפאלאנע פראבע.

moshe06:
יוחי

דער מאנשעסטער רב הייסט אויפן לעצטען נאמען הרוויץ ער איז א זין פינעם רחובער  רב

ער איז ביז היינט געווען באוויסט פאר א גרויסער עובד השם אין איינער וואס דינט דעם באשעפער מיט א אמת ער איז געווען נערץ אין חשוב ביי יעדן איינעם
זיין טאטען אין זיידע זענענן געווען אייביג גרויסע מיחוסים אין סאטמער אין מקרוב למלכות

פארשטייט זיך אז ביי די זאלי לאגער גייט ער ווערן א ........................

יוחי

קענסט הערן זיין דרשה, די ציל פין די דרשה איז נישט צי ווייזען פאר די וועלט
ער האט גערעדט מיט א פשטות זאכן וואס דער רבי זי"ע הכ"מ האט אים געהייסן איבערגעבן
אין ער האט אונז אלע תלמידי חסידי רבינו מחזק געווען אז מיר זאלן וויסן אז מיר גייען אויפן ריכטיגען וועג

{ביטע ווער עס ווייסט ווי אזוי דער מאנשעסטער רב הייסט אויפן ערשטען נאמען אזוי אויך זיין טאטע, זיידע, 
אין פינקטליך זייער שטארקע התקשרות מיט רבותינו זכיתם יגן עלינו, זאל עס ביטע שרייבען}
 

דור האחרון:
ר' ישראל חיים הורוויץ

yohcee718:
שכויח

דער ראחעווער רב איז געוועהן א איידעם אדער אן אייניקעל ביים לקוטי מהרי"ח וואס האט געהייסען ר' ישראל חיים פרידמאן. תלמדי בעל יטב לב

און ער איז מסתמא א שוועסטער קינד מיט ר' ישראל חיים מנשה פריעדמאן

moshe06:
באקימען אין אישי

His grand father the racheve ruv was a talmid of the atzei chaim and he had smicha from atzei chaym ztl, and therefor r' srul chaim menashe was chosen by the rebbe z'l baaal vayoel moshe, cuz he is also a racheve einekel, and he got semicha from rachev who got smicha from the atzei chayim, so he was approved by the rebbe zt'l, and in rachev "hut men ge'utemt siget!!!

ווער עס וויל זיך  וואלענטירן זאל עס איבערשרייבעון אין אידיש
ייש"כ ==אויענבאך



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:12 לינק ישיר 

מקוה איד:
די 2 מעשיות פון ר' נפתלי הירצקא מיטן מאנטשעסטער רב איז בלויז א טיפה מן הים וויפיל עדות נאמנים עס זענען דא פון רבי'ן ז"ל איבער דער ענין פון ממלא מקום, די סיבה פארוואס בלויז די 2 זענען ארויסגעקומען אין די עפענטליכקייט איז ווייל זיי האבן באקומען א צווי פון רבי'ן ז"ל אז זיי מוזן עס מפרסם זיין ברבים, גראדע האב איך נאך געהערט די פונקטליכע שארפע לשונות וואס דער רבי האט געזאגט פארן מאנטשעסטער רב אויף די גבאים פון רבי'ן, די האר פון קאפ וועט זיך אויפשטעלן דאס צו הערן!

נאך מער איך האב פאר ענק נייעס, אז דער רבי האט דאס געהאט געזאגט מערערע מאל פאר משה גבאי, און אלע קינדער פון רבי'ן, אויף אזוי ווייט אז דער רבי האט אפגעשריבן א בריוו צו ר' זלמן לייב פערזענליך אז ער זאל זיך נישט וואגן צו שטיין אין וועג פאר ר' אהרן. די אלע חברה ווייסן דאס גוט אינקלודינג ר' זלמן לייב.

אויסער די צענדליגע עדות פון רבי'ן זעלבסט, איז דא צענדליגע עדות פון מענטשן וואס האבן געהערט פון משה פר"מ און ר' זלמן לייב אז זיי האבן אלעמאל מודה געווען אז דער רבי האט נאר געוואלט ר' אהרן.

ווען עס וועט זיך אויספעלן (איך ווייס נישט ווען, ווי יוחי זאגט) וועט אלעס ארויפשווימען.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:13 לינק ישיר 

yochee718:
לפי ספר הזכרון מאראמורש

דער לקוטי מהרי"ח ר' ישראל חיים פרידמאן איז געוועהן רב אין ראחוב
בנו ר' שלמה זלמן היה תלמיד בעל קדושת יו"ט ונפטר בשיבה טובה בבית חתנו ר' מנחם מענדל הורוויץ בבני ברק

מסתמא איז ר' ישראל חיים זיין זוהן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:13 לינק ישיר 

זשוליאני08:
די זאליס מיט זייער פורים רעבע זענען קראנק פון דעם גאון און צדיק מאנטשעסער רב.

זיי זענען קראנק אז איינער נאכן אנדערן שטעלן זיך אויף רעדן, פאר'ן הייליגן ארון קודש און דערציילן דברים כהווייתן.

אז דער רבי זצ"ל האט אויסגעקליבן זיין עלטסטן זון און נישט זיין דריטן.

און דער רבי האט נאך געזאגט אז ער ווייסט אז די מענטשן ארום ווילן דווקא נישט... אבער איך וויל יא.

זיי וואלטן דער'הרג'ט דעם הרב הוראוויץ, זיי וואלטן אים געלינטשט, זיי וואלטן אים דערווארגן.
ער דעקט אויף פאר די גאנצע וועלט דעם אמת וואס יעדער איינער ווייסט אין הארץ.

אשריך ר' ישראל חיים הוראוויץ !
אשרי חלקך פאר'ן פארציילן דעם אמת !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-2/5/2006 23:55 לינק ישיר 

עס איז אינטערעסאנט אז קיינער האט נאכנישט געשריבן די מורא'דיגע ווערטער וואס דער מאנטשעסטערער רב האט אויסגעלאזט פון וואס רביה"ק האט אים געזאגט.

דער רבי האט אים געזאגט אז ער טאר בשום אופן נישט מגלה זיין בעפאר די פטירה, ווייל אויב וועט ער עס מגלה זיין זענען מיר ביידע אין געפאר !!!

אויך האט אים דער רבי געזאגט אז ער איז ארומגערינגלט מיט אנשי רשע און אינשי דלא מעלי.

ווען מען טראכט אריין אין די ווערטער, ווערט ממש אומבאגרייפליך דעם צער און פיין פון מרן רביה"ק זי"ע אין יענע יארן, ווען ער האט זיך מיטאמאל דערזען ארומגערינגלט מיט שרעקליכע רשעים, אזוינע וואס עס שטייט אויס פון זיי צו ברענגען דעם רבי'ן זעלבסט אין א געפאר אויב ער וועט מיט זיי נישט קאאפערירן !!! און ווער נאך ווי אונז ווייסט אז דאס איז גארנישט ווייט פונעם אמת, און אויב דער רבי זי"ע וואלט מיט זיי נישט מיטגעשפילט וואלטן זיי אומשטאנד געווען צו לאזן אויף הפקר אין זיינע לעצטע יארן !!!

בפרט די יסורים מיט וועלכע דער רבי האט זיך ארומגעדרייט, וויסנדיג אז ער קען קיינעם נישט געטרויען אז ער וועט זיך האלטן דאס מויל, און ער האט געמוזט אפירקראצן פון אונטער דער ערד מענטשן וועלכן ער זאל באמת קענען געטרויען מיט די הייליגע צוואה !



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 00:09 לינק ישיר 

to all the zali,s out there please get over it cant u take the emes did we personely said anything against r,shtern or r,weider accept one guy here said something about them but the rest of us dident say a word so what do u want frome them that u have to open up evrey min. another ashkol about the will what we have just stop accept the emes frome the rabbi,zt"l freind,s



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 00:11 לינק ישיר 

בא ללמד, איך האב נישט געוואלט זיין דער ערשטער וואס זאל עס זאגן, איך וועל עס אויך באשטעטיגן דער רבי האט זיי אנגערופן אנשי רשע ("אינשי דלא מעלי" האב איך נישט געהערט, איך קען עס קאנפורמען)

איך קען ענק גאראנטירן, אז סיז נאך דא הויפנס מיט עדות, מ'זעמיר ווייט פון פארטיג! ס'קומט נאך אסאך אסאך מער!




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 00:53 לינק ישיר 

ס'וועט זיין זייער אינטערעסאנט צו וויסן צי דער עבד לעבדי ה' משה פר"מ וועט פון יעצט אָן אויפהערן צו רופן זיין באליבטן דיין ר' ישראל חיים מנשה פר"מ "דער ראחוב'ער פערד" און דאס אנשטאט אנשמירן אויף הגה"צ חו"פ אבדק"ק סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2006 03:45 לינק ישיר 

האט איינער אפגעכאפט די צוואה פון הרב ר' נפתלי הירצקא צוויבל שליט"א?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 05:23 לינק ישיר 

דער זעלבער חשובער רב וועלכער האט זיך יעצט ארויסגעשטעלט האט זיך שוין אין תשמ"ו ארויסגעשטעלט צו זיין א דובר אמת בלבבו און האט זיך דאן אויך אנגענומען פאר'ן כבוד פון רבינו זי"ע בעל ברך משה. *:namespace prefix = o ns = "urn:schemas-microsoft-com:office:office" />

 

בערך אזוי איז געווען די מעשה:

 

די רעביצין (אלטא פייגא) איז דעמאלטס אנגעקומען אין א"י, און מען האט איר געמאכט א קבלת פנים וואו עס האט אויפגעטרויטן ר' יוסל אשכנזי ז,ל, און ער האט געזאגט א תורה אז אל מול פני המנורה יאירו שבעת הנרות, זאגט דארט רש"י צריך להדליק עד שהשלהבת יוצא מאליה. האט ער געזאגט אז דער רבי בעל ויואל משה זי"ע האט אנגעצינדן דעם פלאם און שוין זיבן יאר וואס עס איז עולה מאליה, עס פלאמט נאך אלץ פון זיין כוח. מאליה.

 

האט נאכדעם דארט אויפגעטרויטן דער אויבנדערמאנטער רב און האט אנגעהויבן זיין דרשה אז קודם וויל ער מוחה זיין אויף די פאריגע רייד, און דער פלאם ברענט אויסדרוקליך נישט מאליה, נאר דער הייליגער רבי (בעל ברך משה) פירט דאס מיט גרויסע כוחות. עד כאן המעשה

 

איך מיין אז דער זעלבער מענטש, ווען ער שטעלט זיך איצט נאכאמאל ארויס צו פארטרעטן דעם אמת איז ראוי אז מען זאל אים צוגעבן דעם "מעדאל אוו האנאר".

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > צוואה פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע, דורך הגה"צ אב"ד סאטמאר-מאנטשעסטער שליט"א
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext