בית פורומים כל העולם כולו

וואס קומט פאר אינעם סיגעטער לאגער?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-3/5/2006 21:56 לינק ישיר 
וואס קומט פאר אינעם סיגעטער לאגער?

איך בין נבהל ונשתומם וואס עס קומט פאר אין דעם סיגעטער'ס לאגער אין די לעצטע פאר טעג, און ווערט נאר פארערגערט און פארשארפט וואס א מינוט עס גייט פארביי.

עס פליען נעמען רעכטס און לינקס מיט האלבע און גאנצע שקרים אויף וועמען עס לאזט זיך, די חשוב'סטע רבנים יושבי על מדין אויף וועמען פיל גרעסערע פון אונז האבן זיך פארלאזט אין די האקעלסטע ענינים ווערן נישט פארשוינט, מסירת נפש'דיגע ערליכע געטרייע עסקנים ווערן באשמוצט מיט די ארגסטע און גרויליגסטע אנגריפן וואס עס כאפט א שוידער און אן איבל דאס צו ליינען, און אפילו אזעלכע וואס האבן געשטופט דעם סיגעטער'ס וואגן דורכאויס די יארן ווערן פלוצלונג שוידערליך און גרויליג אטאקירט ווייל זיי האבן זיך אויסגעדרייט דעם דאטשיק און שטימען מער נישט איין מיט דעם נועם-המדות'דיגן פארטיי.

עס דערגרייכט שוין צו אזעלכע שטופעס ווי זיך אויפפירן ממש כגרועים שבאומות און די טרויעריג-בארימטע פילאזאפיע און דרך פון די מחבלי כרם בית ה' אין לויף פון די יארן אין שפיץ פון די רשעי הציונים און זייערע נאכשלעפערס וואס האבן שטענדיג ארויסגעגעבן זייער פילאזאפיע און זעלבסט-האס דורך פאררופן "באיקאטן" און "מאסן דעמאנסטראציעס" קעגן וועמען עס האט זיך נאר געלאזט.

האט אפשר איינער אַן אויפריכטיגע הסבר וואס עס קומט דא פאר? זיי קלעימען דאך אז עס גייט זיי אזוי גוט, אלעס לויפט אין זייער דירעקציע, יעדער ביקט זיך פאר'ן סיגעטער, יעדער קוויטעלט זיך ביי אים, יעדער ווייזט ארויס אן אומגלויבליכע תמימות'דיגע הערצה און הכנעה וואס כמותו לא נהיית מימות עולם עד היום הזה, ער שלונגט איין די גאנצע וועלט מיט זיינע גאונ'ישע טיפזיניגע חריפ'ישע דברי תורה, וכו' וכו'...

אפשר ווייסט איינער וואס ליגט באהאלטן אונטער זייער שמייכל?


פון די צווייטע זייט דארף ארויסגיין א רוף צו אונזער ציבור תלמידים וחסידים פון כ"ק מרן רבינו שליט"א נישט חלילה צו ווערן מיטגעשלעפט אין דעם גרויליגן קינדערישן קטנות-המח'דיגן זעלבסט-האסעדיגן שפראך אין וואס די סיגעטער "חסידים נלהבים" ווילן ארייפירן אונזער ציבור דערין.

תוקן על ידי - סימןטוב - 03/05/2006 21:59:46



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-3/5/2006 22:00 לינק ישיר 

דערסיגעטער: אזוי קוקנדיג אין חדשות ילדי סיגוט זעה איך אז דער משה פריעדמאן מיט זיין 25 אנמאכן טעראר האלט אז ער האט עפעס אויפגעטוהן אין ער האט אנגעהויבן פריש, לייענטס = הרה"ח ר' שלמה זלמן שטיין שליט"א משב"ק אצל מרן רבינו מסאטמאר שליט"א גייט מען בויקעטירן LEE AVE PHOTO מיט עפעס א באבע מעשה הרה"ח ר' ארי' לייב גלאנץ שליט"א שר העסקנים וואס האט געקויפט פין גלויבערס אזא גיטע לאנטש פאר מענדלוויטש וואס איז נעבעך אויסגעגאנגען פאר הונגער ער איז גאר געווארן ...... איך וויל עס ניטאמאל איבער זאגען הגהצץ אב"ד סאטמאר מאנטשעסטער שליט"א וואס כולי עלמא מודי' איז א זעלטענער איידלער פיינער יוד אין א גרויסער תלמיד חכם איז פארוואנדלט געווארען צו א ................. קינדערליך אפשר זענט איר נאך יונג אין ענק ווייסן נישט וועל איך ענק מודיע זיין דאס וועט ענק אין ערגעץ נישט ברענגען אפשר פאר יעקב בער נעכן סיגוטערס מאה ועשרים אדער אין זיין 80 ווען ער וועט געזונט ווערן אזוי ווי אלע אלטע יודען ווערן נאך די שמונים וועט ער קענען זאגן די אלע 25 יאר טעראר איז געווען חיים הערש...



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 23:06 לינק ישיר 

די פאלגענדע שפעט נעמען האבן זיי דארט באטיטולט ר' ישראל חיים הורוויץ:

שקרן הורוויץ
מאנטשעסטער הורוויץ
פיצעלע איי.קיו.
שוטה
טיפוש
ליגנער
בעל דמיון
לישעלעס ברודער
ללעג ולקלס
ראביי האראוויץ
נארישן הורוויץ יונגל
שכל'לאזן הורוויץ
הורוויץ שיגץ
ראחווער חכם




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-3/5/2006 23:15 לינק ישיר 

אויפן סאטמארען ראש הכולל איז די ליסטע לענגער, עס גיסט זיך דארט צואה רותחות

אויף 2 קעפלעך פון אשכולות רופן זיי אן דעם רבי'ן שליט"א "חזיר" און "יוזל", בנוסף צו סתם שפעט נעמען, און דעם פורום דא, וואלט מען שוין לאנג חוסם געווען איינער וואס וואלט אזאנס געשריבן אויף ר' זלמן לייב

נעכטן האט דער "מנהל" דארט מתקן געווען אפאר תגובות "לגריעותא", זיכער געמאכט אז דער רבי ווערט באטיטולט מיט א שפעט נאמען.

IF YOU ASK ME
יענער פורום וואלט נישט געדארפט זיין אויף מסורת



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 02:57 לינק ישיר 

די זאלי קאמפעני האבן געעפנט א האט-ליין ווי זיי שפעטן אפ ווי אזוי דער רבי וויינט יאמעלעך ביים מספיד זיין זיין טאטען לפני מטתו.

אויך האבן זיי פאבריצירט געשטיקעלטע בילדער צו אפחוזקן פונעם רבי'ן.

וואס גייט פאר דארט? איינער ווייסט?



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 03:27 לינק ישיר 

פאר אלעס איז דא איין סיבה

ס'איז א קאמפעני אן א רבי.......



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/5/2006 05:52 לינק ישיר 

זייטס נישט קיין וועקיס. דאס אהבת מיסיסטעירעס וואס מען זעט אין יענעם פארום איז נישט צום באגרייפן. דער רבי הרינו כפרת לסרחה האט אונז אלעמאל געלערנט שור שנגח את הפרה זה אומר כולו שלי וזה אומר כולו שלי. ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי און ס'איז דא וואס פירן זיך אזוי.

הממ

הממ

הממ

הממ

קען איינער מיר ברענגען א גמרא מסכת שבת פאר א שווארץ יאר?

(איך מיין אז איר כאפט שוין די סיבה צו די גרויסע אנגעזעצטקייט וואס הערשט אין יענעם לאגער)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > כל העולם כולו > וואס קומט פאר אינעם סיגעטער לאגער?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext