אך, שוין לאנג נישט געהערט פון דעם געמיינעם מטורף שאולזאן, כ'האב לאנג געמיינט אז ער איז שוין נישט אקטיוו היינט צוטאגס, ממש א גרויל צו ליינען זיינע געשרייבעכצער. שאולזאן אליין שרייבט דארט, אז די איינציגסטע סיבה פ"וו ער שרייבט איצט נישט אויף כ"ק מרן רבינו הכ"מ זי"ע, איז ווייל ער האט א פאליסי נישט צו שרייבן אויף שוכני עפר. אויף כ"ק מרן רבינו שליט"א, גיסט ער עמערס פעך און שוועבל, מיט אן אומבאגרייפבארער שנאה און האס, באגלייט מיט אטאקעס און הוילע שקרים, (צ.ב.ש. אז די אהרונים האבן געהאט א פלאן דורכצופירן א... יא איר ליינט גוט...א זעלבסטמארד אטאקע אויף רז"ל...) פונקט ווי ער פלעגט טוהן ביים רבי'ן זי"ע. ביי רז"ל אבער, שרייבט ער זייער נייטראל, כאטש ער האט אים דאך פיינט, ווייל ער איז געווען א זוהן פון רבינו זי"ע. אייןסאטמאר, ביזט זייער גערעכט, ער שרייבט דארט כמעט נישט קיין נייע זאכן, 70 - 80 פראצענט זאכן וואס ווערן דארט אנגעפירקעלט, קענט איר טרעפן אין דעם פורום חדשות שונאי סאטמאר! (אפשר טאקע, נאכדעם וואס עס איז נתגלה קלונם קלאר ווי דער טאג, ווער עס גייט מיט וועם, לאמיר זיי פון היינט און ווייטער רופן דער "פנים חדשות פורום", אדער "שאולזאהנ'ס פורום", ווער ווייסט דען אונטער וועלכע ניק שאולזאן שרייבט דארט? דער נאמען פאסט דאך פאר זיי ווי צוויי טראפן וואסער). ווי זאגט די וועלט, אז ווען מען דארף דעם גנב, שטעלט מען אים ביים טיר... אזוי נוצט דער נידעריגער לאו-לייף שאולזאן, די אנשי רז"ל, זיין דם שונא'ס זוהן, פאר זיינע שרייבערלעך אין זיין גרויליגן 24 זייטיגן טאבלאיד.
 |
|
|