מ'בויעט א בילדינג (כמו טענט) און די פארקינג לאט פון קראסנע קעגן הופפער סט. ביהמ"ד וואס מ'וועט דארט דאווענען און פירען די טישן די קימענדיג חדושים אי"ה
די לאט איז 13,000 סקווער פיס
די בילדינג וועט זיין 12,000
קהל האט צו געשטעלט פאר קראסנע אן אנדערע לאט פאר פארקינג
(מנהלים איך עפען די אשכול ווייל מיין אנדער אשכול איז גרייזיג די קעפעל און די תגובת האבן זיך געדרייט צו אן אנדערע ריכטינג)
תוקן על ידי - מקוה_איד - 07/05/2006 7:30:36
נשלח ב-4/5/2006 07:17
זעהט אויס די ווילימסבוירג קהל האט אויס געפירט די וואך,
ווי באקאנט האט דער עולם און קרית יואל האט פארלאנגט אז די רבי שליט"א זאל פיהרן די שבת און קרית יואל זיי ווילן האבן דעם צדיק הדור און שטאט אויף שבת,
און דער עולם און ווילימסביורג האט פארלאנגט אז די רבי שליט"א זאל פיהרן די שבת און ווילימסבוירג זיי ווילן האבן דעם צדיק הדור און שטאט אויף שבת,
זעה איך אז ווילימסבוירג האט געווינען די וואך,
איך הער אבער אז נעקסטע וואך פרשת אמור וועט די רבי שליט"א אי"ה זיין שבת און קרית יואל,
משע"כ ביי די זאליס דארפן אפילו די וויליאמסבוירג עיהם נישט ווי א זאלי דריקט זיך מיר אויס אוי ר' אהרן וועט שוין ווייטער זיין און ווילימסבוירג און איך וועל דאפען גיין און ראדני האב איך עיהם געזאט אז נעקסטע וואך וועט ער נישט דארפן איך האב עיהם ממש מחיה געווען
נשלח ב-6/5/2006 02:08
קול סאטמאר מעלדט יעצט אז פון בארא פארק וועלן קומען א ציבר אידן שבת נאכמיטאג צום רבין שליט"א פון
14
46
6:15
נשלח ב-7/5/2006 04:53
ווען איז די לעצטע מאל אן עולם איז אריין צו'ם טיש פון בארא פארק?
נשלח ב-7/5/2006 05:55
גאנץ וומ"ס רעדט: סאטמאר וומ"ס צוטיילט 65/35
עכטע_נייעס
איבעראל וואו מען איז געגאנגען שבת האבן מענטשן גערעדט און געטומלט איבער די שטוינענדע אנטוויקלונג פון דעם שבת, דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם, ער האט געפירט הערליכע טישן, בשעת דער סיגעטער האט נישט געקענט אנפילן דעם ראדני בית המדרש, וואס איז מכלומר'שט זיין אייגן שוהל.
נאכ'ן זאגן א גאנצע וואך פאר זייערע קעלבליך,אז פאריגע וואך די ערשטע וואך וואס ביידע האבן געפירט טיש איז געווען די תוריץ אז די רבי שליט"א האט א גרעסערע עולם און די גאנצע וועלט אבער ווען ס'וועט זיין נאר און ווילימסבוירג סאטמאר וועט דער סיגעטער האבן א גרעסערע עולם, די וואך שבת איז דאס צופאלן ווי א זייפן בלאז ווען גאנץ ווילימסבוירג האט געזעהן אז דער רבי זאל זיין געזונט האט געהאט א ריזגע עולם און דער סיגעטער האט געהאט א נארישע קליינע טיש אויף א קליינע חלק פון די ראדני בית המדרש.
די שמועס אין גאס איבעראל איז אז "ר' אהרן (כ"ק אדמו"ר הגה"ק שליט"א) האט איינגענומען סאטמאר ווילימסבוירג מיט א שטורעם," "ער האט געוואונען די מלחמה אן קיין איין שאס", "איבער 65 פראצענט סאטמאר ווילימסבוירג איז געגאנגען מיט ר' אהר'נען."
אלעסאמת
איך בין געווען ביים טיש פונעם סיגעטער.
ס'איז געווען דארט מאקסימום 160 מענטשן שוין מיט די בחורים.
זיי זענען געווען דעפרעסט, אז דער רבי שליט"א פראוועט ווייטער א גרויסן שבת במעמד אלפי ישראל און טראץ וואס זיי האבן דערווייל ראדני, קימערט זיך נישט דער עולם, און זיי פוסטעווען אפ.
משה בן פראדעל האט זיך נישט באוויזן. ער איז שוין געפלויגן פון גבאות.
יעצט באקומען אין אישי וואס די זאליס האבן געשיקט פאר שבת, בעטנדיג די עולם זאל קומען
צו זאלי'ס טיש.
we B"H have back a Fri.Night Tish & a Tinkele ShSides "a
Chasidisher Yid goes to a Tish even if he is tired"
תוקן על ידי - אשר_זלמן - 07/05/2006 6:17:54
נשלח ב-7/5/2006 06:29
פילע טויזענטער ביים שבת שניה, ביי רבינו שליט"א
אלעסאמת
פילע טויזענטער חסידי סאטמאר תושבי וויליאמסבורג זענען זיך צונויפגעקומען לחסות בנועם זיו, פון מרן רבינו הגה"ק מסאטמאר שליט"א. די צווייטע שבת, זינט איבערנעמען די שרביט הנהגה, שב"ק פ' אח"ק תשס"ו.
מ'האט געמוזט בויען א גרויסן שאטער, אין הויף שעל יד ביהמ"ד המפואר, אויף הופער סט.
די בילדער האב איך פריער גענומען, ביי ברכת המזון נאך די הייליגע שלוש סעודות טיש, במעמד אלפים.
בילד 1 מ'זעט א חלק פונעם אויבן אן, און רבינו שליט"א און א חלק פון די פארענטשעס אויף דרום זייט.
בילד נומער 2
מ'זעט דא א חלק פון די פארענטשעס אויף צפון זייט.
בילד נומער 3 בילד פון צפון זייט. די פאריגע בילד איז פון דרום, נישט צפון ואתכם הסליחה
בילד נומער 4
רבינו הגה"ק שליט"א ר' יעקב חנון, זיצט צווייט פון רבי'ן שליט"א אויף דרום זייט
בילד נומער 5
בילד פון צפון זייט.
שקל_שלם
ישר כוח אלעס אמת פאר די הערליכע בילדער, האסט מיך ממש דערקוויקט. ביי אונז איז די שבת געווען זייער אנגעזעצט אנעם רבין, סאיז א נחת צו זען אז ביי ענק כאטשיק איז געווען אזא הערליכע שבת, יה"ר לשבת אחרת כן, ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן. אפשר קענסטו אויך שרייבן די תורה פון רבינו שליט"א פאר ווער סהאט נישט געהאט די זכיה צו הערן?
שורשנגח
איך קום יעצט פון שאטער.
און איך האלט אז ס'איז געועון א גרויסער דורכפאל. ס'איז נישט געווען קיין טראפ פלאץ ווי צו שטיין. מ'האט זיך פשוט צוקוועטשט אין דעם 13000 פיסיגן שאטער און ס'איז געווען ממש סכנות נפשות.
מ'דארף אפעלירן צו ר' יצחק ראזענבערג אז מ'מוז עמוירזשענסי צוריקשטעלן דעם גרעסערן שאטער אויף לי קאר ווילסאן.
אפשר דארט וועט מען קענען אטעמען.
נשלח ב-7/5/2006 06:57
Wow
געפאקטע פארענטשעס, אנגעפילט מיט שטריימלעך.
איך האב נאך אזאנס נישט געזען.
ממש א געשמאק...
ישר כח פאר די הערליכע בילדער.
נשלח ב-7/5/2006 07:09
א גוטע וואך איך בין געווען אין טענט ביי שלש סעודות און איך האב אליינס נישט געגלייבט וואס איך זעה איך מיט א חבר האבן אפגעציילט וויפיל מענטשן פיטן אויף איין שטאק פון די פארענטשעס און עס איז אויסגעקומען צווישן 75 און 80 אויף א שטאק, אונץ האבן נישט גערעכנט די אויבערשטע שטאק וואס יונגעלייט האבן נישט געהעריג געפיט און לויט אונזערע חשבון איז געווען צווישן 1700 און 2000 טויזנט העכער די בר מצוה און דאס איז אן די פארענטשעס אקעגן איבער די אויבן אן וואס דאס איז געווען יונגעלעך. פרייטאג צו נאכטס בין איך ליידער נישט געווען אבער לויט ווי איך האב געהערט איז געווען כמעט די זעלבע פיל ווי ביי שלש סעודות. אינמיטן שלש סעודות האבן מיר גערעדט אז עס קען קומען צי א שטיקל פשרה די ארונים דאפן נישט ראדני ווייל עס איס צי קליין, ווייטער די זאליס דארפן נישט די נייע ביהמ"ד ווייל אפילו ראדני איז צי גרויס סא אפשר קען מען טאקע מאכן א שלום. ושלום על ישראל........
נשלח ב-7/5/2006 07:11
די סאטמארער בחורים זענען געבליבן אין קרית יואל אויף שבת.
דוכט זיך אז נאך די בילדער איז יעדעס ווארט איבריג.
איך לייג דא א לינק צו בחדרי חרדים און בחצרות החסידים, וואו איך האב געשריבן די תורה וואס
כ"ק רבינו שליט"א האט געזאגט ביי ש"ס. (די תורה פון פרייטיג צו נאכט'ס האב איך נישט געלייגט,
איך גלייב אז דרוש איז נישט אינטערעסאנט דא אראפצוברענגען. עס וואלט יא געווען אינטערעסאנט צו
ברענגען וואס רבינו שליט"א האט געענדיגט נאך די תורה [וואס איז געווען געבויט אויף "דברה תורה
כלשון בני אדם"], אז די סיבה פארוואס טאקע די תורה האט נישט גערעדט "כלשון בני אדם" (לויט דעם
מ"ד) איז געווען דערפאר, ווייל אפטמאל ווען עמיצער זאגט מוסר, נעמט מען אויף די ווערטער מיט א
געוויסע קאלטקייט אז "ער זאגט נאר אזוי, ווייל ער דארף אזוי צו זאגן. באמת האלט ער נישט
דערביי", אויף דעם ארויף זאגן די חז"ל אז "לא דברה תורה כלשון בני אדם", און מען מוז נעמען
יעדעס ווארט און יעדעס אות אין באטראכט).
בחצרות החסידים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908918
בחדרי חרדים
http://masoret.hevre.co.il/hydepark/topic.asp?topic_id=1908885
נשלח ב-7/5/2006 07:39
און ראדני פרייטאג צו נאכט ביים טיש איז די ביסל פארענטשס וואס איז געווען איז געווען נאר בחורים
און טענט האט מען קעמאט נישט געזעהן קיין בחורים די פארענטשס זענען געווען פיל מיט שטריימליך
ווייל די בחורים זענען געבליבן און ישיבה רבינו שליט"א איז געפארן יעצט אויף קרית יואל צו דאווענען מארגן און ישיבה און דערנאך וועט ער צוריק קומען קיין ווילימסבוירג דא אויף נעמען מענטשן
ביי של"ש און ראדני איז די פארענטשעס געווען פיל מיט קינדער און ס'איז געווען א געשלעג וועגן די לעקטער וועד החינך פון קווינס האט נישט געלאזט און די בחורים האבן יא געוואלט צום סוף האבן די בחורים אויס געפירט און מ'האט יא אויסגעלאשן
נשלח ב-7/5/2006 07:47
אין חדשות אנש ילדי סיגעט שרייבט קעניג איבער די איבערקערענישן וואס זענען געווען ביים וועלן אויסלעשן די לעקטער. ער האט א גאנצע באבא מעשה צו ערקלערן וואס דארט איז געווען. ליינט און לאכט:
מיטען אויסלעשען די לעקטערס איז געוועהן א שטיקעל דראמא. ווען די געטרייע עסקנים האבען עס אנגעהויבען אויסצולעשען, אזוי ווי עס איז איינגעפירט אין חצר סאטמאר, און איינער פון דעם רבי'נס געטרייע שטיב מענטשען, ר' ליפא קרויס ני"ו, איז געקימען צו לויפען, אז דער רבי וויל נישט. אבער מען האט אים שיין מסביר געוועהן, אז דער רבי מיט זיין גרויס עניוות וויל טאקע גארנישט, אבער די חסידים פארלאנגען דאס. און מען האט יא אויס געלאשען די לעקטערס.