איך ברענג דא אראפ א פאר תגובת פון די זאליס פון היינט ווען ס'האט געהייסן אז מ'האט ארעסטירט אן ארויני
18:57
נשלח ב 4/5/2006
ווילי_יונג וואס מען טוט טוט מען פאר זיך. אזויווי די מורדים האבן גע'מסר'ט די חשובע עסקנים, האבן די לויערס צוריקגעשריגען אז דאס איז פשוט איינזייטיגקייט אנווייזענדיג אויף די בילדער פין שמיני עצרת. יעצט האט דער דיסטריקט אטוירני גענומען ACTION און ליידער ארעסטירט א היימישע אינגערמאן ..... איינער פין די גרויסע מורדים, אבער א ווייטאג צו קוקן ווי א טאטע פין קינדער א מולטי מיליאנער זיצט געקייטעלט. עס טוט וויי צו הערן אז יעצט זיכן די פאליציי אויף .... לאמיר האפן אז זיי וועלן שנעל באפרייט ווערן. יצחק שלום האט שוין געטראגען עסן פאר .....
19:2
נשלח ב 4/5/2006
שארטקאטס
ער איז ווייט פון א מולטי מיליאנער, א בעל בית'ישער אינגערמאן אבער גלייב מיר עס טוט מיר גאר שטארק וויי אז מ'האט ארעסטירט א איד, אפילו מ'רעדט פון א
שלעגער, מיר דארפן טון אלע השתדלות אויף אים צו באפרייען תיכף ומיד! דאס איז א מצוה פון פדיון שבויים וואס גייט אן ביי יעדע איד שומר תורה ומצוות!
19:7
נשלח ב 4/5/2006
אפשרלתקן
די מעסעדזש וואס די סאטמארע דארפן ארויסנעמען איז קלאר: איר ווילט רעדן דעם שפראך? נו לעטס גאו! אונז זענען גרייט דערצו! אבער חס ושלום צו קלערן אז די פלאן איז געווען דאס צו טאן, מען מוז טון אלע השתדלות אים צו באפרייען עס זאל חלילה נישט ארויסקומען א מכשול מתחת ידינו. די שאלה איז היצטערט אויפן טיש פון די חברי הבד"צ צו מיר מוזן שתדלען פאר זייער באפרייאונג, אדער מיר מעגן זיצן מיט פארלייגטע הענט אזויווי זיי האבן געטון פאר אונז
|