בית פורומים שיעור עיון

אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/5/2006 21:33 לינק ישיר 
אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל

די אויסשפריך הערט מען פון אינג און אלט, יעדער קלערט אלעמאל אז א יאר צוריק איז דאך אזוי גוט געווען, אדער אין די אמאליגע דורות, אדער פאר צען יאר צוריק וכו' וכו' יעדער בענקט זיך צו אלטע צייטן, אבער סיז דא א געוואלדיגע קשיא אויף דעם, לאמיר דאס צונעמען אין קליין געלט.
 
משה איז געבוירן תשלא, און תשמא זאג ער אז זיין מלמד אין תשמ איז געווען אזא גוטע רעבע, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, משה גייט אין ישיבה, פון הרב יגאל פרידמאן, און דארט לערנט ער צוויי יאר, ער איז נישט צופרידן ער גייט פון דארט  אוועק, אזוי אז תשמו גייט ער לערנען אין א פרישע ישיבה, וואס דער ראש ישיבה איז שלמה קליין שליטא, וואס מ'האט גערעדט איבעראל אז דאס איז די בעסטע ישיבה צו שטייגן, נו חודש כסליו תשמו הייבט אהן משה זיך צו בענקן צו הרב יגאל'ן, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, משה ווערט שוין עלטער ער שטייט שוין ביי שידוכים, ער האט שוין לאנג פארגעסן זיינע צרות פון הרב יגאל'ן און פון הרב שלמה'ן, איצט איז ער אלעמאל נאר ביזי אוי איצט קוקט דער שדכן, אוי ווי נעמט מען די צייטן וואס מ'איז געזיצן אין ישיבה, נישט קיין חילוק וועלכע ראש ישיבה, שוין ענדליך תשנב, ביי די 21 ער ווערט א חתן, בשעטומ"צ, יעדער איז העפי, שוין די חתונה איז שוין אויך דורך, ער הייבט אהן זיין לעבן אין כולל, וואס באשערט איז איהם דארט צו זיצן אויף נאך אסאך יאר, אוי בענקט ער זיך צו די צייטן וואס ער איז נאך געווען אין ישיבה פאר די חתונה, אהנע דאגות, אוי קרעכצט ער זיך אונטער, ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל?

יענקל איז געבוירן פונקט אין דעם זעלבן דאטום נאר מיט 10 יאר שפעטער, תשמא, פונקט ווי משה גייט ער דורך די צייטן אלץ אינגל, יעדעס יאר בענקט ער זיך נאך דעם מלמד פון פאר א יאר, מ'שטיינס געזאגט דער מלמד איז אזא שטרענגער, ער דארף שוין גיין אין ישיבה, אבער הרב יגאל פירט שוין נישט קיין ישיבה, ער גייט אריין תשנד צו די ישיבה פון הרב שלמה קליין, אין ישיבה קטנה וואס ער האט געפענט תשנא, נאך צוויי יאר תשנו פארשטיי זיך יענקל איז נישט צופרידן, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, קומט צו איהם א איד רעב משה און זאגט איהם הארך אויס אין די ישיבה בלבנון ישגה וואו הרב לעמל שוכמאכער איז ראש ישיבה, איז אין די ישיבה גדולה דא א מגיש הרב יגאל פרידמאן וואס איז א געלונגענע מגיש ער איז נאנט מיט די בחורים, און ער איז געוואלדיג, איך געדענק ווען ער האט געהאט א ישיבה ווען איך ביןג עווען א בחור האב איך ביין איהם געלערנט, ער האט געהאט זיין ישיבה אין א דערפל וואס הייסט בינגהעמטן, אוי קרעכצט ער זיך אונטער אוי איז דאס געווען גוטע צייטן, ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל, יענקל גייט אריין אין די ישיבה מיט אנטוזיסטישע געפילן, איבערגענומען אינגאנצן כסלו בענקט ער זיך שוין צו די צייטן פון אמאל ביי הרב שלמה קליין, יענקל אנדערש פון משה כאפט מען שוין ביי די אכצן און ער האט חתונה, ליידער האט ער נישט געקענט גיין אין כולל, ער גייט ארבעטן פארשוויצט און ער רעדט צו זיך אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל אהן א דאגות, א אינגערמאן פון 21 יאר שוין צוויי זיסע קינדערלעך, טרוד על המחי' ועל הכלכלה, וואס וואלט איהם געפעלט צו זיצן נאך צוויי יאר אין ישיבה?, אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל?

די צוויי עפיזאדן פאסירן טאג טעגליך, און יעדער קרעכצט אויף צוריק, איז דאס נארמאל? אזוי וויל דער גאט אז מיר זאלן ווערן אויסגעשפילט? מיט וואס דער איז געהאלפן געווארן, איז דער אויסגעשפילט געווארן, אויף וואס דער בענקט, וויל דער צווייטער אפילו נישט קוקען, סאו וואס גייט דא פאר?

איך האב וואס צו ענפערן אבער קודם לאז איך דאס פאר די חברי הפארום זאלן דן זיין איבער די נושא.

תוקן על ידי - התאחדות - 04/05/2006 21:34:44



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/5/2006 22:14 לינק ישיר 

דא האסטו דעם שטיקל וואס איך האב דיר צוגעזאגט:

איין תשובה צו דיין קושיא:

אל־תאמר מה היה
שהימים הראשנים
היו טובים מאלה כי
לא מחכמה שאלת
על־זה

(א שנעלער זוך אין גוגל {פון די גרויסע ת"ח בדורינו} האט מיר געוויזן אז דאס איז אין קהלת און נישט אין משלי. אנטשולדיגט פארן מטריח זיין זאלסט ברויכן דורכלערנען משלי אנשטאט...).



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 00:49 לינק ישיר 

התאחדות,

איך ווייס נישט וואס דו ווילסט דא, מיר איז זייער גוט אזויווי ס'איז יעצט, איך בענק מיך בכלל נישט צוריק צו די בחור'ישע יארן און אלץ בחור האב איך מיך נישט געבענקט צו זיין א אינגעל. (און איך האב נישט געטוישט קיין ישיבות אלץ בחור, נאר געגאנגען מיטען סיסטעם ישיבה קטנה, צעירים אאז"וו)

ס'נאך דא אסאך מאריך צו זיין אין דעם ענין, איך האב נאר פשוט נישט קיין צייט יעצט, ועוד חזון למועד.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2006 07:11 לינק ישיר 

בענקען נאך אמאל ?! קאם אן...

איך טראכט שוין נאר פון דעם צוקונפט...... וארא בחלומי........

אין א פרעכטיגן ווילא, פון איין זייט א טייך, פון דער צווייטער א וואלד, די הימל איז לויטער,
נישט צו הייס נישט צו קאלט, זיבעציג משרתים, די בעסטע עסן פון דעם קאנטינענט. וכו',
געזונט, קינדער, לעבן, תורה, מנוחה, גן עדן התחתון.

אבער צוריקקוקן אויף אמאל, פארוואס? 
ווי גייט דאס שפריכווארט:
אויף וואס דער בענקט, וויל דער צווייטער אפילו נישט קוקען,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/5/2006 20:41 לינק ישיר 

שלום עליכם מיינע טייערע פריינט

גישמאקער,

ס'איז מיר זייער אינטערסאנט צו וויסען ווי די האסט לעצט געזען די שפריכווארט " אויף וואס דער בענקט, וויל דער צווייטער אפילו נישט קוקען"

קוק די ערשטע תגובה פון דעם אשכול די פערדע פערעגרעף מער צום סוף, עיי"ש ותמצא נחת.



התאחדות,

לאמיר דיר פארציילען א מעשה וואס איז זיך פארלאפן דעם פארגאנגענעם יו"ט העעל"ט, מיין שוואגער איז אריבער געקומען צו מיין טאטע מיט זיינע קינדער, זאגט ער מיר אז ער בענקט צו די צייטען ווען ער איז געווען א כיתה א' אינגעל, פרעג איך אים דו בענקסט דיך טאקע? זאגט ער יא, מ'לעבט אן קיין פרעשער אנע דאגות פון גארנישט בקיצור ס'איז מורא'דיג גוט.

זאג איך אים ערשטענס, קליינע קינדער האבן פונקט אזוי דאגות ווי די גרויסע,  ווי גייט דאס שפריכווארט: קליינע קינדער קליינע דאגות, גרויסע מענטשען גרויסע דאגות, און צווייטענס זיי מיר מסביר פארוואס עפעס ווילסטו יעצט צוריק גיין אין כיתה א'? די וועלט איז אויסגעשטעלט אז די זייגער רוקט זיך, נאך כיתה א' גייט מען ארויף א כיתה און אזוי ווייטער ביז מ'האט חתונה, מ'מאכט חתונה די קינדער, מ'ווערט א זיידע און מ'שטארבט.

 סאו וואס איז א נפקא מינה ווען די גייסט האבען די פרעשער וואס דו האסט יעצט, וואס איז א חילוק צו דו האסט יעצט די פרעשער אדער דו גייסט עס הערשט באקומען צוואנציג יאר ארום, דעמאלט'ס וועסטו יא זיין צופרידען צו האבען די פרעשער פון יעצט, לכאורה נישט, סאו פארוואס עפעס זיך צוריק בענקען צו די פריערדיגע יארן, גייסט דאך סיי וויאזוי אנקומען דא ווי דו האלטסט יעצט, סאו זיי עס מקבל און פארטיג.

 




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-5/5/2006 23:30 לינק ישיר 

פרעטצעל; (כ'האף ס'איז געבאקן נאך פסח תשס"ו)

זייער שיין ארויסגעברענגט די נקודה, איך וועל נאר מעיר זיין אז די שפריך ווארט קליינע קינדער, קליינע דאגות; גרויסע קינדער, גרויסע דאגות, האב איך אלעמאל אנדערש פארשטאנען (הגם דיין פשט דערין איז אויך קרוב לאמת אויב נישט אמת לאמיתו), מיר האט מען דאס אפגעטייטשט אזוי: מענטשן מיינען אז דאגות און טירדות פון די קינדער, איז נאר שייך ווילאנג זיי זענען קליין און אומערוואקסן, ווען מען דארף זיי וויגן און איבערפאקן, פיטערן און האלטן אויף די הענט, אבער סוף הכבוד לבא, ווען זיי וועלן אונטערוואקסן, דאן וועט מען נאר האבן הויפענס מיט נחת פון זיי, אן קיין שום דאגות אדער טירדות, קומט דער ווערטל און לאזט אונז הערן אז ניין! ווען די קינדער זענען קליין, דאן זענען די דאגות קליין, אבער ווי נאר זיי וואקסן אונטער, וואקסן די דאגות מיט זיי, און עס הייבן זיך אן די גרעסערע פראבלעמען, ווי צב"ש חברים וחברות, ישיבות ומוסדות, שידוכים וכו' וכו'.



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מחובר
נשלח ב-5/5/2006 23:53 לינק ישיר 



נאך איבער די נושא פון זיך בענקן צו די אינגע יארן האב איך געטראפן אין אן אנדערע פארום,
ס'איז געשריבען בדרך הלצה אבער די נקודה איז די זעלבע, אז מ'בענקט זיך נישט.

תוקן על ידי - שירעם - 05/05/2006 23:54:54



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > דת ואמונה > שיעור עיון > אוי ווי נעמט מען די צייטן פון אמאל
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext